Page 52 - Bamidber
P. 52
במדבר
אַלע כּלים ,און אױף די נפֿשות װאָס ז ַײנען דאָרטן געװען ,און אױף
דעם װאָס האָט זיך אָנגערירט אָן דעם בײן ,אָדער אָן דעם
דערשלאָגענעם ,אָדער אָן דעם געשטאָרבענעם ,אָדער אָן דעם קבֿר.
19און דער װאָס איז רײן זאָל שפּריצן אױף דעם אומרײנעם אױפֿן
דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן טאָג; און ער זאָל אים רײניקן אױפֿן
זיבעטן טאָג; און ער זאָל װאַשן ז ַײנע קלײדער ,און זיך באָדן אין
װאַסער ,און װערן רײן אין אָװנט 20 .און אַז אַ מענטש װעט ז ַײן
אומרײן ,און װעט זיך ניט רײניקן ,זאָל יענע זעל פֿאַרשניטן װערן פֿון
צװישן דער עדה ,װאָרום דאָס הײליקטום פֿון גאָט האָט ער
פֿאַראומרײניקט; שפּרענגװאַסער איז אױף אים ניט געשפּרענגט
געװאָרן ,איז ער אומרײן 21 .און עס זאָל זײ ז ַײן פֿאַר אַן אײביקן
געזעץ .און דער װאָס שפּריצט דאָס שפּרענגװאַסער ,זאָל װאַשן ז ַײנע
קלײדער; און דער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם שפּרענגװאַסער ,זאָל
ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט 22 .און אַלץ װאָס דער אומרײנער װעט זיך
אָנרירן אָן דעם ,זאָל ז ַײן אומרײן; און דער מענטש װאָס רירט זיך אָן
אים אָן ,זאָל ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט.
1און די קינדער פֿון ישׂראל ,די גאַנצע עדה ,ז ַײנען געקומען אין
מדבר ִצן ,אין ערשטן חוֹדש; און דאָס פֿאָלק איז געזעסן איןכ
ָק ֵדש; און מרים איז דאָרטן געשטאָרבן ,און איז דאָרטן באַגראָבן
געװאָרן.
2און די עדה האָט ניט געהאַט קײן װאַסער ,און זײ האָבן זיך
א ַײנגעזאַמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען 3 .און דאָס פֿאָלק
האָט זיך געקריגט מיט משהן ,און זײ האָבן געזאָגט ,אַזױ צו זאָגן:
הלװאַי װאָלטן מיר אומגעקומען ,װען אונדזערע ברידער ז ַײנען
אומגעקומען פֿאַר גאָט! 4און נאָך װאָס האָט איר געבראַכט די עדה
פֿון גאָט אין דעם דאָזיקן מדבר ,אַז מיר און אונדזער פֿי זאָלן דאָ
אױסשטאַרבן? 5און נאָך װאָס האָט איר אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון
ִמצ ַר ִים ,אונדז צו ברענגען אין דעם דאָזיקן שלעכטן אָרט ,װאָס איז
ניט אַן אָרט פֿון זאָמען ,אָדער פֿ ַײגן ,אָדער װ ַײנשטאָקן ,אָדער
מילגרױמען ,און װוּ װאַסער צום טרינקען איז ניטאָ?