Page 53 - Bamidber
P. 53

‫במדבר‬

‫‪ 6‬ז ַײנען משה און אַהרן אַװעקגעגאַנגען פֿון פֿאַר דער עדה צום‬
‫א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬און זײ ז ַײנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים; און‬
‫די פּראַכט פֿון גאָט האָט זיך באַװיזן צו זײ‪ 7 .‬און גאָט האָט גערעדט‬
‫צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 8 :‬נעם דעם שטעקן‪ ,‬און זאַמל א ַײן די עדה‪,‬‬
‫דו און אַהרן ד ַײן ברודער‪ ,‬און איר זאָלט רעדן צום פֿעלז פֿאַר זײערע‬
‫אױגן‪ ,‬אַז ער זאָל אַרױסגעבן פֿון זיך װאַסער; און װעסט זײ‬
‫אַרױסצִיען װאַסער פֿון פֿעלז‪ ,‬און װעסט אָנטרינקען די עדה און‬
‫זײער פֿי‪ 9 .‬האָט משה גענומען דעם שטעקן פֿון פֿאַר גאָט‪ ,‬אַזױ װי‬
‫ער האָט אים באַפֿױלן‪ 10 .‬און משה און אַהרן האָבן א ַײנגעזאַמלט די‬
‫עדה פֿאַר דעם פֿעלז‪ ,‬און ער האָט צו זײ געזאָגט‪ :‬הערט אַקאָרשט‪,‬‬
‫איר װידערשפּעניקער‪ ,‬זאָלן מיר פֿון דעם דאָזיקן פֿעלז א ַײך‬
‫אַרױסצִיען װאַסער? ‪ 11‬און משה האָט אױפֿגעהױבן ז ַײן האַנט‪ ,‬און‬
‫האָט געשלאָגן דעם פֿעלז מיט ז ַײן שטעקן צװײ מאָל‪ ,‬און עס איז‬
‫אַרױס אַ סך װאַסער‪ ,‬און די עדה און זײער פֿי האָבן געטרונקען‪12 .‬‬
‫האָט גאָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען‪ :‬װ ַײל איר האָט ניט‬
‫געגלױבט אין מיר‪ ,‬מיך צו הײליקן פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל‪ ,‬דרום װעט איר ניט ברענגען די דאָזיקע עדה אין דעם לאַנד‬
‫װאָס איך האָב זײ געגעבן‪ 13 .‬דאָס איז דאָס װאַסער פֿון מריבֿה װוּ די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל האָבן געקריגט אַקעגן גאָט‪ ,‬און ער איז‬

                                         ‫געהײליקט געװאָרן צװישן זײ‪.‬‬

‫‪ 14‬און משה האָט געשיקט שלוחים פֿון ָק ֵדש צו דעם מלך פֿון ֶאדוֹם‪:‬‬
‫אַזױ זאָגט ד ַײן ברודער ישׂראל‪ :‬דו װײסט אַלדי מאַטערניש װאָס‬
‫אונדז האָט געטראָפֿן; ‪ 15‬װי אונדזערע עלטערן האָבן גענידערט קײן‬
‫ִמצ ַר ִים‪ ,‬און מיר ז ַײנען געזעסן אין ִמצ ַר ִים פֿיל טעג‪ ,‬און די ִמצרים‬
‫האָבן שלעכטס געטאָן אונדז און אונדזערע עלטערן; ‪ 16‬און מיר‬
‫האָבן געשר ִיען צו גאָט‪ ,‬און ער האָט געהערט אונדזער ָקול‪ ,‬און האָט‬
‫געשיקט אַ מלאך‪ ,‬און אונדז אַרױסגעצױגן פֿון ִמצ ַר ִים; און אָט ז ַײנען‬
‫מיר אין ָק ֵדש‪ ,‬אַ שטאָט ב ַײם עק פֿון ד ַײן געמאַרק‪ 17 .‬לאָז אונדז‪,‬‬
‫איך בעט דיך‪ ,‬דורכגײן דורך ד ַײן לאַנד; מיר װעלן ניט דורכגײן דורך‬
‫אַ פֿעלד אָדער דורך אַ װ ַײנגאָרטן‪ ,‬און מיר װעלן ניט טרינקען‬
‫װאַסער פֿון אַ ברונעם; אױף דעם מלכס װעג װעלן מיר גײען; מיר‬
‫װעלן זיך ניט אָפּנ ַײגן רעכטס אָדער לינקס‪ ,‬ביז װאַנען מיר װעלן‬
‫דורכגײן ד ַײן געמאַרק‪ 18 .‬האָט ֶאדוֹם צו אים געזאָגט‪ :‬זאָלסט ניט‬
‫דורכגײן דורך מיר‪ ,‬װאָרום מיטן שװערד װעל איך אַרױסגײן אַקעגן‬
‫דיר‪ 19 .‬האָבן די קינדער פֿון ישׂראל צו אים געזאָגט‪ :‬אױפֿן װעג‬
   48   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58