Page 56 - Bamidber
P. 56

‫במדבר‬

‫‪ 16‬און פֿון דאָרטן קײן ב ֵאר‪ .‬דאָס איז דער ברונעם‪ ,‬װוּ גאָט האָט‬
‫געזאָגט צו משהן‪ :‬זאַמל א ַײן דאָס פֿאָלק‪ ,‬און איך װעל זײ געבן‬

   ‫װאַסער‪ 17 .‬דענצמאָל האָט ישׂראל געזונגען דאָס דאָזיקע געזאַנג‪:‬‬

                              ‫קװעל אַרױף‪ ,‬ברונעם – זינגט צו אים –‬
                      ‫‪ 18‬דער ברונעם װאָס געגראָבן האָבן אים האַרן‪,‬‬

                          ‫אים אױסגעהאַקט האָבן פֿירשטן פֿון פֿאָלק‪,‬‬
                                 ‫מיטן צעפּטער‪ ,‬מיט זײערע שטעקנס‪.‬‬

‫און פֿון מדבר קײן ַמ ָתָּנה; ‪ 19‬און פֿון ַמ ָתָּנה קײן ַנחלי ֵאל‪ ,‬און פֿון‬
‫ַנחלי ֵאל קײן במוֹת; ‪ 20‬און פֿון במוֹת צו דעם טאָל װאָס אין פֿעלד‬
‫פֿון מוֹאָבֿ‪ ,‬ב ַײם שפּיץ פֿון פּסָגה‪ ,‬װאָס קוקט אַראָפּ אױף דער װיסטע‪.‬‬

‫‪ 21‬און ישׂראל האָט געשיקט שלוחים צו סיחון דעם מלך פֿון ֶאמוֹרי‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ 22 :‬לאָמיך דורכגײן דורך ד ַײן לאַנד; מיר װעלן זיך ניט‬
‫אָפּנ ַײגן אין אַ פֿעלד אָדער אין אַ װ ַײנגאָרטן; מיר װעלן ניט טרינקען‬
‫װאַסער פֿון אַ ברונעם; אױף דעם מלכס װעג װעלן מיר גײן‪ ,‬ביז‬
‫װאַנען מיר װעלן דורכגײן ד ַײן געמאַרק‪ 23 .‬אָבער סיחון האָט ניט‬
‫געלאָזט ישׂראל דורכגײן דורך ז ַײן געמאַרק‪ ,‬און סיחון האָט‬
‫א ַײנגעזאַמלט ז ַײן גאַנץ פֿאָלק‪ ,‬און איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן ישׂראל‬
‫צום מדבר‪ ,‬און ער איז געקומען קײן ַי ַהץ‪ ,‬און האָט מלחמה‬
‫געהאַלטן מיט ישׂראל‪ 24 .‬און ישׂראל האָט אים געשלאָגן מיטן‬
‫שאַרף פֿון שװערד‪ ,‬און א ַײנגענומען ז ַײן לאַנד פֿון אַרנוֹן ביז ַיבוֹק‪ ,‬ביז‬
‫די קינדער פֿון ַעמוֹן; װאָרום דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון ַעמוֹן‬
‫איז געװען שטאַרק‪ 25 .‬און ישׂראל האָט צוגענומען אַלע די דאָזיקע‬
‫שטעט‪ ,‬און ישׂראל האָט זיך באַזעצט אין אַלע שטעט פֿון ֶאמוֹרי‪ ,‬אין‬
‫ֶחשבוֹן‪ ,‬און אין אַלע אירע טעכטערשטעט‪ 26 .‬װאָרום חשבוֹן איז‬
‫געװען די שטאָט פֿון סיחון דעם מלך פֿון ֶאמוֹרי‪ ,‬װאָס האָט מלחמה‬
‫געהאַלטן מיט דעם פֿריערדיקן מלך פֿון מוֹאָבֿ‪ ,‬און האָט‬
‫אַװעקגענומען ז ַײן גאַנץ לאַנד פֿון ז ַײן האַנט‪ ,‬ביז אַרנוֹן‪ 27 .‬דרום‬

                                                  ‫זאָגן די שפּרוכזאָגער‪:‬‬

                                                     ‫קומט קײן ֶחשבוֹן!‬
                                            ‫געבױט און אױפֿגעשטעלט‬
                                       ‫זאָל װערן די שטאָט פֿון סיחון!‬
                             ‫‪ 28‬װאָרום אַ פֿ ַײער איז אַרױס פֿון ֶחשבוֹן‪,‬‬
   51   52   53   54   55   56   57   58   59   60   61