Page 61 - Bamidber
P. 61
במדבר
1האָט ִבל ָעם געזאָגט צו ָב ָלקן :בױ מיר דאָ זיבן מזבחות ,און
גרײט מיר דאָ צו זיבן אָקסן און זיבן װידערס 2 .האָט ָב ָלקכג
געטאָן אַזױ װי ִבל ָעם האָט גערעדט ,און ָב ָלק און ִבל ָעם האָבן
אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און אַ װידער אױף אַ מזבח 3 .און ִבל ָעם האָט
געזאָגט צו ָב ָלקן :שטעל זיך ב ַײ ד ַײן בראַנדאָפּפֿער ,און איך װעל גײן;
אפֿשר װעט זיך מיר גאָט טרעפֿן אַנטקעגן ,און װאָס פֿאַר אַ זאַך ער
װעט מיר װ ַײזן ,װעל איך דיר דערצײלן .און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען
אױף אַ הױכן אָרט 4 .און גאָט האָט זיך געטראָפֿן פֿאַר ִבל ָעמען; און
ער האָט צו אים געזאָגט :די זיבן מזבחות האָב איך צוגעגרײט ,און
האָב אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און אַ װידער אױף אַ מזבח 5 .האָט גאָט
אַר ַײנגעטאָן אַ װאָרט אין ִבל ָעמס מױל ,און האָט געזאָגט :קער זיך
אום צו ָב ָלקן ,און אַזױ זאָלסטו רעדן 6 .האָט ער זיך אומגעקערט צו
אים ,ערשט ער שטײט ב ַײ ז ַײן בראַנדאָפּפֿער ,ער און אַלע האַרן פֿון
מוֹאָבֿ 7 .האָט ער אױפֿגעהױבן ז ַײן שפּרוך ,און האָט געזאָגט:
פֿון אַ ָרם טוט מיך פֿירן ָב ָלק,
פֿון די מזרח-בערג דער מלך פֿון מוֹאָבֿ:
קום שילט מיר יעקבֿן,
און קום פֿלוך ישׂראלן.
8װי זאָל איך שילטן
װעמען גאָט שילט ניט?
און װי זאָל איך פֿלוכן
װעמען יהוה פֿלוכט ניט?
9װאָרום פֿון שפּיץ פֿון די פֿעלזן זע איך אים,
און פֿון די הײכן קוק איך אים אָן.
זע ,אַ פֿאָלק װאָס רוט באַזונדער,
און רעכנט זיך ניט צװישן די אומות.
10װער האָט געצײלט דעם שטױב פֿון יעקבֿ,
און באַרעכנט דעם זאָמען פֿון ישׂראל?
זאָל שטאַרבן מ ַײן זעל דעם טױט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע,
און זאָל מ ַײן ָסוף ז ַײן װי ז ַײנער!
11האָט ָב ָלק געזאָגט צו ִבל ָעמען :װאָס האָסטו מיר געטאָן? צו
שילטן מ ַײנע ָשׂונאים האָב איך דיך גענומען ,ערשט גאָר בענטשן
האָסטו געבענטשט 12 .האָט ער געענטפֿערט און האָט געזאָגט :פֿאַר
װאָר ,דאָס װאָס גאָט טוט אַר ַײן אין מ ַײן מױל ,דאָס מוז איך היטן צו