Page 63 - Bamidber
P. 63
במדבר
25האָט ָב ָלק געזאָגט צו ִבל ָעמען :ניט שילטן זאָלסטו אים שילטן,
און ניט בענטשן זאָלסטו אים בענטשן 26 .האָט ִבל ָעם געענטפֿערט
און האָט געזאָגט צו ָב ָלקן :האָב איך ניט גערעדט צו דיר ,אַזױ צו
זאָגן :אַלץ װאָס גאָט װעט רעדן ,דאָס װעל איך טאָן? 27האָט ָב ָלק
געזאָגט צו ִבל ָעמען :קום איך בעט דיך ,איך װעל דיך נעמען צו אַן
אַנדער אָרט; אפֿשר װעט װוילגעפֿעלן אין די אױגן פֿון גאָט ,און
װעסט מיר אים שילטן פֿון דאָרטן 28 .און ָב ָלק האָט גענומען
ִבל ָעמען צום שפּיץ פּעוֹר ,װאָס קוקט אַראָפּ אױף דער װיסטע29 .
האָט ִבל ָעם געזאָגט צו ָב ָלקן :בױ מיר דאָ זיבן מזבחות ,און גרײט
מיר דאָ צו זיבן אָקסן און זיבן װידערס 30 .און ָב ָלק האָט געטאָן
אַזױ װי ִבל ָעם האָט געזאָגט ,און ער האָט אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און
אַ װידער אױף אַ מזבח.
1און ִבל ָעם האָט געזען אַז עס איז װוילגעפֿעלן אין די אױגן
פֿון גאָט צו בענטשן ישׂראל ,און ער איז ניט געגאַנגען אַזױכד
װי די פֿריערדיקע מאָל ,אַנטקעגן כּישוף-צײכנס ,נאָר ער האָט
געקערט ז ַײן פּנים צום מדבר 2 .און ִבל ָעם האָט אױפֿגעהױבן ז ַײנע
אױגן ,און האָט געזען ישׂראל רוען לױט ז ַײנע שבֿטים ,און דער ג ַײסט
פֿון גאָט איז געקומען אױף אים 3 .און ער האָט אױפֿגעהױבן ז ַײן
שפּרוך ,און האָט געזאָגט:
אַזױ רעדט ִבל ָעם דער זון פֿון בעוֹר,
און אַזױ רעדט דער מאַן מיטן אָפֿענעם אױג;
4אַזױ רעדט דער װאָס הערט גאָטס װערטער,
װאָס די זעונג פֿון ַש ַדי טוט ער זען,
געפֿאַלן ,מיט אױגן אַנטפּלעקטע:
5װי שײן ז ַײנען ד ַײנע געצעלטען ,יעקבֿ,
ד ַײנע װוינונגען ,ישׂראל!
6װי טײטלבײמער ז ַײנען זײ אױסגעשטרעקט,
װי גערטנער ב ַײם ט ַײך,
װי אַלאָען װאָס גאָט האָט געפֿלאַנצט,
װי צעדערן ב ַײם װאַסער.
7װאַסער װעט רינען פֿון ז ַײן צװ ַײג,