Page 65 - Bamidber
P. 65

‫במדבר‬

                                     ‫אַ שטערן טרעט אַרױס פֿון יעקבֿ‪,‬‬
                           ‫און אַ צעפּטער װעט אױפֿשטײן פֿון ישׂראל‪,‬‬

                              ‫און װעט צעהאַקן די װינקלען פֿון מוֹאָבֿ‪,‬‬
                                   ‫און צעברעכן אַלע קינדער פֿון ֵשת‪.‬‬
                                      ‫‪ 18‬און ֶאדוֹם װעט װערן אַן אַרב‪,‬‬

                              ‫און אַן אַרב װעט װערן ֵשׂ ִעיר‪ ,‬ז ַײן פֿ ַײנט;‬
                                    ‫און ישׂראל װעט אױפֿטאָן גבֿורות‪.‬‬

                            ‫‪ 19‬און פֿון יעקבֿ װעט אײנער געװעלטיקן‪,‬‬
                      ‫און אונטערברענגען אַן איבערבל ַײב פֿון שטאָט‪.‬‬

‫‪ 20‬און ער האָט געזען ַע ָמ ֵלק‪ ,‬און האָט אױפֿגעהױבן ז ַײן שפּרוך‪ ,‬און‬
                                                          ‫האָט געזאָגט‪:‬‬

                                  ‫דער אָנהײב פֿון פֿעלקער איז ַע ָמ ֵלק‪,‬‬
                                    ‫און ז ַײן ָסוף איז צום אונטערגאַנג‪.‬‬

‫‪ 21‬און ער האָט געזען דעם ֵקיני‪ ,‬און האָט אױפֿגעהױבן ז ַײן שפּרוך‪,‬‬
                                                      ‫און האָט געזאָגט‪:‬‬

                                                ‫פֿעסט איז ד ַײן װוינונג‪,‬‬
                                ‫און געמאַכט אין פֿעלז איז ד ַײן נעסט;‬
                               ‫‪ 22‬אָבער צום פֿאַרטיליקן װעט ז ַײן ַק ִין;‬
                                 ‫אײדער װאָס װעט אַשור דיך פֿאַנגען‪.‬‬

          ‫‪ 23‬און ער האָט אױפֿגעהױבן ז ַײן שפּרוך‪ ,‬און האָט געזאָגט‪:‬‬

                  ‫װײ‪ ,‬װער קען לעבן װען ער װעט דאָס דאָזיקע טאָן!‬
              ‫‪ 24‬אָבער שיפֿן װעלן קומען פֿון דעם ברעג פֿון די ִכּתּים‪,‬‬

                          ‫און זײ װעלן פּ ַײניקן אַשור‪ ,‬און פּ ַײניקן ֵעבֿר;‬
                                    ‫און ער אױך איז צום אונטערגאַנג‪.‬‬

‫‪ 25‬און ִבל ָעם איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעקגעגאַנגען‪ ,‬און האָט‬
‫זיך אומגעקערט צו ז ַײן הײם‪ ,‬און אױך ָב ָלק איז געגאַנגען אױף ז ַײן‬

                                                                   ‫װעג‪.‬‬
   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69   70