Page 67 - Bamidber
P. 67

‫במדבר‬

‫‪ 14‬און דער נאָמען פֿון דעם דערשלאָגענעם מאַן פֿון ישׂראל‪ ,‬װאָס‬
‫איז דערשלאָגן געװאָרן מיט דער ִמדָינית‪ ,‬איז געװען ִזמרי דער זון‬
‫פֿון ָסלואן‪ ,‬אַ פֿירשט פֿון אַ פֿאָטערהױז ב ַײ די שמעוֹנים‪ 15 .‬און דער‬
‫נאָמען פֿון דער דערשלאָגענער ִמדָינישער פֿרױ איז געװען ָכּזבי די‬
‫טאָכטער פֿון צורן‪ ,‬װאָס איז געװען אַ פֿאָלקהױפּטמאַן פֿון אַ‬

                                                  ‫פֿאָטערהױז אין ִמדָין‪.‬‬

‫‪ 16‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 17 :‬איר זאָלט‬
‫פֿ ַײנטן די ִמדָינים‪ ,‬און זײ שלאָגן‪ 18 ,‬װאָרום זײ האָבן א ַײך געפֿ ַײנט‬
‫מיט זײערע תּחבולות װאָס זײ האָבן אױסגעקלערט אַקעגן א ַײך אין‬
‫דער מעשׂה פֿון פּעוֹר‪ ,‬און אין דער מעשׂה מיט ָכּזבי דער טאָכטער‬
‫פֿון דעם פֿירשט פֿון ִמדָין‪ ,‬זײער שװעסטער װאָס איז דערשלאָגן‬

           ‫געװאָרן אין טאָג פֿון דער מגפֿה‪ ,‬אין דער מעשׂה פֿון פּעוֹר‪.‬‬

                                 ‫‪ 19‬און עס איז געװען נאָך דער מגפֿה‪,‬‬

‫‪ 1‬האָט גאָט געזאָגט צו משהן און צו ֶאל ָעָזר דעם זון פֿון אַהרן‬

‫דעם כֹּהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬נעמט אױף די צאָל פֿון דער גאַנצערכו‬

‫עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער‪,‬‬
‫לױט זײערע פֿאָטערה ַײזער‪ ,‬איטלעכן װאָס גײט אַרױס אין חיל אין‬

                                                                ‫ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 3‬און משה און ֶאל ָעָזר דער כֹּהן האָבן גערעדט מיט זײ אין די‬
‫פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ ב ַײם ַירדן לעבן יריחו‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 4 :‬מע זאָל‬
‫אױפֿנעמען פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער‪ ,‬אַזױ װי גאָט האָט‬
‫באַפֿױלן משהן‪ ,‬און די קינדער פֿון ישׂראל װאָס ז ַײנען‬

                                     ‫אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪.‬‬

‫‪ 5‬ראובֿן‪ ,‬דער ב ָכור פֿון ישׂראלן‪ :‬די קינדער פֿון ראובֿן‪ַ :‬חנוֹך – די‬
‫משפּחה פֿון די ַחנוֹכים; פֿון פּלואן די משפּחה פֿון די פּלואים; ‪ 6‬פֿון‬
‫ֶחצרוֹנען די משפּחה פֿון די ֶחצרוֹנים; פֿון ַכּרמין די משפּחה פֿון די‬
‫ַכּרמים‪ 7 .‬דאָס ז ַײנען די משפּחות פֿון די ראובֿנים; און זײערע‬
‫געצײלטע ז ַײנען געװען דר ַײ און פֿערציק טױזנט און זיבן הונדערט‬
‫און דר ַײסיק‪ 8 .‬און די זין פֿון פּלואן‪ֶ :‬אליאָבֿ‪ .‬און די זין פֿון ֶאליאָבֿן‪:‬‬
‫‪ 9‬נמו ֵאל‪ ,‬און ָד ָתן‪ ,‬און אַבֿי ָרם‪ .‬דאָס ז ַײנען ָד ָתן און אַבֿי ָרם‪ ,‬די‬
‫גערופֿענע פֿון דער עדה‪ ,‬װאָס האָבן געקריגט אַקעגן משהן און‬
‫אַקעגן אַהרֹנען אין קֹ ַרחס געזעמל‪ ,‬װען זײ האָבן געקריגט אַקעגן‬
   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71   72