Page 64 - Bamidber
P. 64

‫במדבר‬

                              ‫און ז ַײן זאָמען װעט ז ַײן ב ַײ פֿיל װאַסער;‬
                                ‫און העכער פֿון אַַגגן װעט ז ַײן ז ַײן מלך‪,‬‬
                                    ‫און דערהױבן װעט ז ַײן ז ַײן מלוכה‪.‬‬
                                    ‫‪ 8‬גאָט ציט אים אַרױס פֿון ִמצ ַר ִים‪,‬‬
                               ‫װי הערנער פֿון אַ װיזלטיר איז ער אים;‬

                           ‫ער װעט פֿאַרצערן די פֿעלקער‪ ,‬ז ַײנע פֿ ַײנט‪,‬‬
                                          ‫און זײערע בײנער צעקנאַקן;‬

                                     ‫און ז ַײנע פֿ ַײלן װעלן דורכלעכערן‪.‬‬
                                   ‫‪ 9‬ער קניט‪ ,‬ער לײגט זיך װי אַ לײב‪,‬‬
                       ‫און װי אַ לײבינטע – װער קען אים אױפֿר ַײצן?‬

                                      ‫געבענטשט די װאָס בענטשן דיך‪,‬‬
                                   ‫און פֿאַרשאָלטן די װאָס שילטן דיך!‬

‫‪ 10‬האָט דער צאָרן פֿון ָב ָלקן געגרימט אױף ִבל ָעמען‪ ,‬און ער האָט אַ‬
‫פּאַטש געטאָן מיט ז ַײנע הענט; און ָב ָלק האָט געזאָגט צו ִבל ָעמען‪:‬‬
‫צו שילטן מ ַײנע ָשׂונאים האָב איך דיך גערופֿן‪ ,‬ערשט גאָר בענטשן‬
‫האָסטו געבענטשט שױן דר ַײ מאָל‪ 11 .‬און אַצונד אַנטלױף דיר אין‬
‫ד ַײן הײם; איך האָב געקלערט‪ ,‬גרױס כּבֿוד װעל איך דיר אָנטאָן‪,‬‬
‫ערשט גאָט האָט דיך פֿאַרמיטן פֿון כּבֿוד‪ 12 .‬האָט ִבל ָעם געזאָגט צו‬
‫ָב ָלקן‪ :‬האָב איך ניט גערעדט נאָך צו ד ַײנע שלוחים‪ ,‬װאָס דו האָסט‬
‫געשיקט צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 13:‬װען ָב ָלק זאָל מיר געבן ז ַײן הױז‬
‫פֿול מיט זילבער און גאָלד‪ ,‬קען איך ניט איבערטרעטן דעם באַפֿעל‬
‫פֿון גאָט‪ ,‬צו טאָן גוטס אָדער שלעכטס פֿון מ ַײן אײגענעם האַרצן;‬
‫װאָס גאָט װעט רעדן‪ ,‬װאָס װעל איך רעדן? ‪ 14‬און אַצונד זע‪ ,‬איך גײ‬
‫צו מ ַײן פֿאָלק; קום‪ ,‬לאָמיך דיר באַשײדן װאָס דאָס דאָזיקע פֿאָלק‬
‫װעט טאָן צו ד ַײן פֿאָלק אין ָסוף פֿון די טעג‪ 15 .‬און ער האָט‬

                            ‫אױפֿגעהױבן ז ַײן שפּרוך‪ ,‬און האָט געזאָגט‪:‬‬

                                   ‫אַזױ רעדט ִבל ָעם דער זון פֿון בעוֹר‪,‬‬
                         ‫און אַזױ רעדט דער מאַן מיטן אָפֿענעם אױג;‬
                       ‫‪ 16‬אַזױ רעדט דער װאָס הערט גאָטס װערטער‪,‬‬

                               ‫און װײס דעם מײן פֿון דעם העכסטן –‬
                                         ‫די זעונג פֿון ַש ַדי טוט ער זען‪,‬‬

                                      ‫געפֿאַלן‪ ,‬מיט אױגן אַנטפּלעקטע‪:‬‬
                                     ‫‪ 17‬איך זע אים‪ ,‬אָבער ניט אַצונד‪,‬‬
                                    ‫איך קוק אים אָן‪ ,‬אָבער ניט נאָנט;‬
   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69