Page 59 - Bamidber
P. 59

‫במדבר‬

‫געזאָגט‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט ָב ָלק דער זון פֿון ִצפּוֹרן‪ :‬זאָלסט זיך ניט‬
‫פֿאַרמ ַײדן‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬פֿון קומען צו מיר‪ 17 .‬װאָרום זײער גרױס‬
‫כּבֿוד װעל איך דיר אָנטאָן‪ ,‬און אַלץ װאָס דו װעסט זאָגן צו מיר‪,‬‬
‫װעל איך טאָן; נאָר קום‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬שילט מיר דאָס דאָזיקע‬
‫פֿאָלק‪ 18 .‬האָט געענטפֿערט ִבל ָעם און געזאָגט צו די קנעכט פֿון‬
‫ָב ָלקן‪ :‬װען ָב ָלק זאָל מיר געבן ז ַײן הױז פֿול מיט זילבער און גאָלד‪,‬‬
‫קען איך ניט איבערטרעטן דעם באַפֿעל פֿון יהוה מ ַײן גאָט‪ ,‬צו טאָן‬
‫קלײנס אָדער גרױס‪ 19 .‬און אַצונד‪ ,‬איך בעט א ַײך‪ ,‬בל ַײבט איר אױך‬
‫דאָ די נאַכט‪ ,‬און איך װעל געװאָר װערן װאָס גאָט װעט װידער רעדן‬
‫מיט מיר‪ 20 .‬און גאָט איז געקומען צו ִבל ָעמען ב ַײ נאַכט‪ ,‬און האָט‬
‫צו אים געזאָגט‪ :‬אױב דיך צו רופֿן ז ַײנען די מענטשן געקומען‪ ,‬שטײ‬
‫אױף‪ ,‬גײ מיט זײ‪ ,‬אָבער נאָר די זאַך װאָס איך װעל רעדן צו דיר‪ ,‬דאָס‬
‫זאָלסטו טאָן‪ 21 .‬איז ִבל ָעם אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי‪ ,‬און ער‬
‫האָט אָנגעזאָטלט ז ַײן אײזעלין‪ ,‬און איז געגאַנגען מיט די האַרן פֿון‬

                                                                  ‫מוֹאָבֿ‪.‬‬

‫‪ 22‬און דער צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט װאָס ער גײט‪ ,‬און אַ מלאך‬
‫פֿון גאָט האָט זיך אים געשטעלט פֿאַר אַ שטער אין װעג‪ – .‬און ער‬
‫איז געריטן אױף ז ַײן אײזעלין‪ ,‬און ז ַײנע צװײ יונגען ז ַײנען געװען‬
‫מיט אים‪ 23 – .‬האָט די אײזעלין דערזען דעם מלאך פֿון גאָט שטײן‬
‫אױפֿן װעג‪ ,‬מיט ז ַײן שװערד אַרױסגעצױגן אין ז ַײן האַנט‪ ,‬און די‬
‫אײזעלין האָט זיך אָפּגענײגט פֿון װעג‪ ,‬און איז געגאַנגען אױפֿן פֿעלד;‬
‫און ִבל ָעם האָט געשלאָגן די אײזעלין כּדי זי צו פֿאַרקירעװען אױפֿן‬
‫װעג‪ 24 .‬האָט דער מלאך פֿון גאָט זיך געשטעלט אױף אַ שטעג פֿון די‬
‫װ ַײנגערטנער‪ ,‬מיט אַ צאַם פֿון דער ז ַײט און אַ צאַם פֿון דער אַנדער‬
‫ז ַײט‪ 25 .‬און די אײזעלין האָט געזען דעם מלאך פֿון גאָט‪ ,‬און האָט‬
‫זיך צוגעדריקט צו דער װאַנט‪ ,‬און צוגעדריקט ִבל ָעמס פֿוס צו דער‬
‫װאַנט; און ער האָט זי װידער געשלאָגן‪ 26 .‬איז דער מלאך פֿון גאָט‬
‫װידער אַװעק פֿאַרױס‪ ,‬און האָט זיך געשטעלט אין אַן ענגן אָרט‪ ,‬װוּ‬
‫עס איז ניט געװען קײן װעג זיך אָפּצונײגן רעכטס אָדער לינקס‪27 .‬‬
‫און די אײזעלין האָט געזען דעם מלאך פֿון גאָט‪ ,‬און האָט זיך‬
‫אַנידערגעלײגט אונטער ִבל ָעמען; און דער צאָרן פֿון ִבל ָעמען האָט‬
‫געגרימט‪ ,‬און ער האָט געשלאָגן די אײזעלין מיטן שטעקן‪ 28 .‬האָט‬
‫גאָט געעפֿנט דאָס מױל פֿון דער אײזעלין‪ ,‬און זי האָט געזאָגט צו‬
‫ִבל ָעמען‪ :‬װאָס האָב איך דיר געטאָן‪ ,‬װאָס דו האָסט מיר שױן דר ַײ‬
‫מאָל געשלאָגן? ‪ 29‬האָט ִבל ָעם געזאָגט צו דער אײזעלין‪ :‬װ ַײל דו‬
   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64