Page 54 - Bamidber
P. 54

‫במדבר‬

‫װעלן מיר גײן‪ ,‬און אַז מיר װעלן טרינקען ד ַײן װאַסער‪ ,‬איך און מ ַײנע‬
‫פֿי‪ ,‬װעל איך געבן געצאָלט דערפֿאַר; עס איז דאָך גאָרנישט; לאָמיך‬
‫בלױז דורכגײן אױף מ ַײנע פֿיס‪ 20 .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬דו קענסט ניט‬
‫דורכגײן‪ .‬און ֶאדוֹם איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אים מיט פֿיל פֿאָלק‪,‬‬
‫און מיט אַ שטאַרקער האַנט‪ 21 .‬און ֶאדוֹם האָט ניט געװאָלט לאָזן‬
‫ישׂראל דורכגײן דורך ז ַײן געמאַרק‪ ,‬און ישׂראל האָט זיך אָפּגענ ַײגט‬

                                                               ‫פֿון אים‪.‬‬

‫‪ 22‬און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון ָק ֵדש; און די קינדער פֿון ישׂראל‪,‬‬
‫די גאַנצע עדה‪ ,‬ז ַײנען אָנגעקומען צום באַרג הוֹר‪ 23 .‬און גאָט האָט‬
‫געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען אױפֿן באַרג הוֹר‪ ,‬ב ַײם געמאַרק פֿון‬
‫לאַנד ֶאדוֹם‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 24 :‬זאָל אַהרן א ַײנגעזאַמלט װערן צו ז ַײן‬
‫פֿאָלק; װאָרום ער װעט ניט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך האָב‬
‫געגעבן צו די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬דערפֿאַר װאָס איר האָט‬
‫װידערשפּעניקט מ ַײן מױל ב ַײם װאַסער פֿון מריבֿה‪ 25 .‬נעם אַהרֹנען‬
‫און ז ַײן זון ֶאל ָעָזרן‪ ,‬און ברענג זײ אַרױף אױפֿן באַרג הוֹר; ‪ 26‬און‬
‫טו אױס אַהרֹנען ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און טו זײ אָן ז ַײן זון ֶאל ָעָזרן; און‬
‫אַהרן זאָל א ַײנגעזאַמלט װערן און שטאַרבן דאָרטן‪ 27 .‬האָט משה‬
‫געטאָן אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן; און זײ ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען‬
‫אױפֿן באַרג הוֹר‪ ,‬פֿאַר די אױגן פֿון דער גאַנצער עדה‪ 28 .‬און משה‬
‫האָט אױסגעטאָן אַהרֹנען ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און האָט זײ אָנגעטאָן ז ַײן‬
‫זון ֶאל ָעָזרן‪ .‬און אַהרן איז דאָרטן געשטאָרבן אױפֿן שפּיץ באַרג‪ .‬און‬
‫משה און ֶאל ָעָזר האָבן אַראָפּגענידערט פֿון באַרג‪ 29 .‬און די גאַנצע‬
‫עדה האָט געזען אַז אַהרן איז פֿאַרגאַנגען; און דאָס גאַנצע הױז פֿון‬

                          ‫ישׂראל האָט באַװײנט אַהרֹנען דר ַײסיק טעג‪.‬‬

‫‪ 1‬און דער כַּנ ֲעני‪ ,‬דער מלך פֿון ַע ָרד‪ ,‬דער באַװוינער פֿון‬

‫ָדרום‪ ,‬האָט געהערט אַז ישׂראל איז אָנגעקומען אױף דעםכא‬

‫װעג פֿון אַ ָתרים‪ ,‬און ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט ישׂראל‪ ,‬און‬
‫געפֿאַנגען פֿון זײ געפֿאַנגענע‪ 2 .‬האָט ישׂראל אַ נדר געטאָן צו גאָט‪,‬‬
‫און האָט געזאָגט‪ :‬אױב געבן װעסטו געבן דאָס דאָזיקע פֿאָלק אין‬
‫מ ַײן האַנט‪ ,‬װעל איך מאַכן זײערע שטעט חרם‪ 3 .‬און גאָט האָט‬
‫צוגעהערט צו דעם ָקול פֿון ישׂראל‪ ,‬און ער האָט איבערגעגעבן דעם‬
   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59