Page 57 - Bamidber
P. 57

‫במדבר‬

                                   ‫אַ פֿלאַם פֿון דער שטאָט פֿון סיחון;‬
                                      ‫זי האָט פֿאַרצערט ָער פֿון מוֹאָבֿ‪,‬‬
                                       ‫די האַרן פֿון די הײכן פֿון אַרנוֹן‪.‬‬
                                                  ‫‪ 29‬װײ צו דיר‪ ,‬מוֹאָבֿ!‬

                                    ‫פֿאַרלאָרן ביסטו‪ ,‬פֿאָלק פֿון כּמוֹש!‬
                          ‫ער האָט געלאָזט װערן ז ַײנע זין אַנטרונענע‪,‬‬

                               ‫און ז ַײנע טעכטער אין געפֿאַנגענשאַפֿט‬
                                         ‫צו סיחון דעם מלך פֿון ֶאמוֹרי‪.‬‬
                                        ‫‪ 30‬און מיר האָבן זײ צעשאָסן;‬
                                        ‫פֿאַרלאָרן איז ֶחשבוֹן ביז דיבֿוֹן;‬
                                               ‫און מיר האָבן פֿאַרװיסט‬
                                             ‫ביז נוֹפֿח װאָס ביז ֵמידבֿאָ‪.‬‬

‫‪ 31‬און ישׂראל האָט זיך באַזעצט אין לאַנד פֿון דעם ֶאמוֹרי‪ 32 .‬און‬
‫משה האָט געשיקט אױסקוקן ַי ְעֵזר‪ ,‬און זײ האָבן באַצװוּנגען אירע‬
‫טעכטערשטעט‪ ,‬און פֿאַרטריבן דעם ֶאמוֹרי װאָס איז דאָרטן געװען‪.‬‬
‫‪ 33‬און זײ האָבן זיך פֿאַרקערט‪ ,‬און ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן װעג‬
‫פֿון ב ָשן; איז אַרױסגעגאַנגען עוֹג דער מלך פֿון ב ָשן אַקעגן זײ‪ ,‬ער‬
‫מיט ז ַײן גאַנצן פֿאָלק‪ ,‬אױף מלחמה קײן ֶאד ֶר ִעי‪ 34 .‬האָט גאָט‬
‫געזאָגט צו משהן‪ :‬זאָלסט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר אים‪ ,‬װאָרום אין ד ַײן‬
‫האַנט האָב איך געגעבן אים מיט ז ַײן גאַנצן פֿאָלק און ז ַײן לאַנד‪ ,‬און‬
‫װעסט טאָן צו אים‪ ,‬אַזױ װי דו האָסט געטאָן צו סיחון דעם מלך פֿון‬
‫ֶאמוֹרי‪ ,‬װאָס איז געזעסן אין חשבוֹן‪ 35 .‬און זײ האָבן געשלאָגן אים‬
‫מיט ז ַײנע זין און ז ַײן גאַנצן פֿאָלק‪ ,‬ביז אים ניט צו לאָזן אַן‬

                        ‫איבערבל ַײב; און זײ האָבן געאַרבט ז ַײן לאַנד‪.‬‬

‫‪ 1‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַװעקגעצױגן‪ ,‬און האָבן‬

‫גערוט אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ‪ ,‬אױף יענער ז ַײט ַירדן ב ַײכב‬
                                                                  ‫יריחו‪.‬‬

                  ‫ָב ָלק‬

‫‪ 2‬און ָב ָלק דער זון פֿון ִצפּוֹרן האָט געזען אַלץ װאָס ישׂראל האָט‬
‫געטאָן צום ֶאמוֹרי‪ 3 .‬און מוֹאָבֿ האָט זיך זײער דערשראָקן פֿאַר דעם‬
   52   53   54   55   56   57   58   59   60   61   62