Page 58 - Bamidber
P. 58

‫במדבר‬

‫פֿאָלק‪ ,‬װ ַײל זײ ז ַײנען געװען פֿיל‪ ,‬און מוֹאָבֿ איז געװען אין אַנגסט‬
‫פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל‪ 4 .‬האָט מוֹאָבֿ געזאָגט צו די עלטסטע פֿון‬
‫ִמדָין‪ :‬אַצונד װעט דאָס געזעמל אָפּעסן אַלץ װאָס אַרום אונדז‪ ,‬אַזױ‬
‫װי אַן אָקס עסט אָפּ דאָס גראָז פֿון פֿעלד‪ .‬און ָב ָלק דער זון פֿון ִצפּוֹרן‬
‫איז געװען דער מלך פֿון מוֹאָבֿ אין יענער צ ַײט‪ 5 .‬האָט ער געשיקט‬
‫שלוחים צו בל ָעם דער זון פֿון בעוֹרן‪ ,‬קײן פּתוֹר װאָס ב ַײם ט ַײך‪ ,‬אין‬
‫דעם לאַנד פֿון די קינדער פֿון ז ַײן פֿאָלק‪ ,‬אים צו רופֿן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫אָט איז אַ פֿאָלק אַרױסגעגאַנגען פֿון ִמצ ַר ִים; זע‪ ,‬ער האָט פֿאַרדעקט‬
‫דעם אָנבליק פֿון דער ערד‪ ,‬און ער זיצט מיר אַנטקעגן‪ 6 .‬און אַצונד‬
‫קום‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬שילט מיר דאָס דאָזיקע פֿאָלק‪ ,‬װאָרום ער איז‬
‫שטאַרקער פֿון מיר‪ .‬אפֿשר װעל איך אױספֿירן מיר זאָלן אים שלאָגן‪,‬‬
‫און איך װעל אים פֿאַרטר ַײבן פֿון לאַנד; װאָרום איך װײס‪ ,‬אַז װעמען‬
‫דו בענטשסט‪ ,‬דער איז געבנעטשט‪ ,‬און װעמען דו שילטסט‪ ,‬דער איז‬

                                                            ‫פֿאַרשאָלטן‪.‬‬

‫‪ 7‬ז ַײנען די עלטסטע פֿון מוֹאָבֿ און די עלטסטע פֿון ִמדָין געגאַנגען‬
‫מיט צױבערלױן אין זײער האַנט‪ ,‬און זײ ז ַײנען געקומען צו ִבל ָעמען‪,‬‬
‫און האָבן גערעדט צו אים די װערטער פֿון ָב ָלקן‪ 8 .‬האָט ער צו זײ‬
‫געזאָגט‪ :‬נעכטיקט דאָ די נאַכט‪ ,‬און איך װעל א ַײך געבן אַן ענטפֿער‪,‬‬
‫אַזױ װי גאָט װעט רעדן צו מיר‪ .‬און די האַרן פֿון מוֹאָבֿ ז ַײנען‬
‫געבליבן ב ַײ ִבל ָעמען‪ 9 .‬איז גאָט געקומען צו ִבל ָעמען‪ ,‬און האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬װער ז ַײנען די דאָזיקע מענטשן ב ַײ דיר? ‪ 10‬האָט ִבל ָעם‬
‫געזאָגט צו גאָט‪ָ :‬ב ָלק דער זון פֿון ִצפּוֹרן‪ ,‬דער מלך פֿון מוֹאָבֿ‪ ,‬האָט‬
‫געשיקט צו מיר‪ 11 :‬אָט איז דאָס פֿאָלק װאָס איז אַרױסגעגאַנגען פֿון‬
‫ִמצ ַר ִים‪ ,‬און ער האָט פֿאַרדעקט דעם אָנבליק פֿון דער ערד‪ .‬אַצונד‪,‬‬
‫קום שילט מיר אים; אפֿשר װעל איך קענען מלחמה האַלטן אױף‬
‫אים‪ ,‬און װעל אים פֿאַרטר ַײבן‪ 12 .‬האָט גאָט געזאָגט צו ִבל ָעמען‪:‬‬
‫זאָלסט ניט גײן מיט זײ; זאָלסט ניט שילטן דאָס פֿאָלק‪ ,‬װאָרום ער‬
‫איז געבענטשט‪ 13 .‬איז ִבל ָעם אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי‪ ,‬און האָט‬
‫געזאָגט צו די האַרן פֿון ָב ָלקן‪ :‬גײט אין א ַײער לאַנד‪ ,‬װאָרום גאָט װיל‬
‫ניט מיך לאָזן גײן מיט א ַײך‪ 14 .‬ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען די האַרן פֿון‬
‫מוֹאָבֿ‪ ,‬און ז ַײנען אַװעקגעגאַנגען צו ָב ָלקן‪ ,‬און האָבן געזאָגט‪ִ :‬בל ָעם‬

                                     ‫האָט ניט געװאָלט גײן מיט אונדז‪.‬‬

‫‪ 15‬האָט ָב ָלק װידער אַ מאָל געשיקט האַרן‪ ,‬מער און אָנגעזעענערע‬
‫פֿון יענע‪ 16 .‬און זײ ז ַײנען געקומען צו ִבל ָעמען‪ ,‬און האָבן צו אים‬
   53   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63