Page 60 - Bamidber
P. 60

‫במדבר‬

‫האָסט געשפּעט פֿון מיר; װען איך האָב אַ שװערד אין דער האַנט‪,‬‬
‫װאָלט איך דיך אַצונד געהרגעט‪ 30 .‬האָט די אײזעלין געזאָגט צו‬
‫ִבל ָעמען‪ :‬בין איך ניט ד ַײן אײזעלין‪ ,‬װאָס דו האָסט געריטן אױף מיר‬
‫ד ַײן גאַנץ לעבן ביז ה ַײנטיקן טאָג? בין איך געװױנטלעך געװוינט‬
‫געװען דיר אַזױ צו טאָן? האָט ער געזאָגט‪ :‬נײן‪ 31 .‬און גאָט האָט‬
‫אַנטפּלעקט די אױגן פֿון ִבל ָעמען‪ ,‬און ער האָט דערזען דעם מלאך‬
‫פֿון גאָט שטײן אין װעג‪ ,‬מיט ז ַײן שװערד אַרױסגעצױגן אין ז ַײן‬
‫האַנט‪ .‬האָט ער זיך גענײגט‪ ,‬און זיך געבוקט אױף ז ַײן פּנים‪ 32 .‬און‬
‫דער מלאך פֿון גאָט האָט צו אים געזאָגט‪ :‬פֿאַר װאָס האָסטו‬
‫געשלאָגן ד ַײן אײזעלין שױן דר ַײ מאָל? זע‪ ,‬איך בין אַרױסגעגאַנגען‬
‫פֿאַר אַ שטער‪ ,‬װאָרום דער װעג גײט מיר דערקעגן‪ 33 .‬און די‬
‫אײזעלין האָט מיך געזען‪ ,‬און האָט זיך אָפּגענײגט פֿאַר מיר די דר ַײ‬
‫מאָל; װען זי װאָלט זיך ניט אָפּגענײגט פֿון מיר‪ ,‬װאָלט איך אַצונד דיך‬
‫זיכער געהרגעט‪ ,‬און זי װאָלט איך געלאָזט לעבן‪ 34 .‬האָט ִבל ָעם‬
‫געזאָגט צו דעם מלאך פֿון גאָט‪ :‬איך האָב געזינדיקט‪ ,‬װאָרום איך‬
‫האָב ניט געװוּסט‪ ,‬אַז דו שטײסט מיר אַנטקעגן אױפֿן װעג; און‬
‫אַצונד אױב עס איז שלעכט אין ד ַײנע אױגן‪ ,‬װעל איך מיך אומקערן‪.‬‬
‫‪ 35‬האָט דער מלאך פֿון גאָט געזאָגט צו ִבל ָעמען‪ :‬גײ מיט די‬
‫מענטשן‪ ,‬אָבער נאָר דאָס װאָרט װאָס איך װעל רעדן צו דיר‪ ,‬דאָס‬

           ‫זאָלסטו רעדן‪ .‬איז ִבל ָעם געגאַנגען מיט די האַרן פֿון ָב ָלקן‪.‬‬

‫‪ 36‬און ָב ָלק האָט געהערט אַז ִבל ָעם קומט‪ ,‬און ער איז אים‬
‫אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן קײן ִעיר‪-‬מוֹאָבֿ װאָס ב ַײם געמאַרק פֿון‬
‫אַרנוֹן‪ ,‬װאָס ב ַײם עק געמאַרק‪ 37 .‬און ָב ָלק האָט געזאָגט צו ִבל ָעמען‪:‬‬
‫האָב איך ניט שיקן געשיקט צו דיר‪ ,‬דיך צו רופֿן? פֿאַר װאָס ביסטו‬
‫ניט געקומען צו מיר? בין איך אין דער אמת ניט אימשטאַנד דיר‬
‫כּבֿוד אָנצוטאָן? ‪ 38‬האָט ִבל ָעם געזאָגט צו ָב ָלקן‪ :‬זע‪ ,‬איך בין‬
‫געקומען צו דיר; אַצונד‪ ,‬צי קען איך גאָר עפּעס רעדן? דאָס װאָרט‬
‫װאָס גאָט װעט אַר ַײנטאָן אין מ ַײן מױל‪ ,‬דאָס װעל איך רעדן‪ 39 .‬און‬
‫ִבל ָעם איז געגאַנגען מיט ָב ָלקן‪ ,‬און זײ ז ַײנען געקומען קײן‬
‫ִקרַית‪-‬חוצוֹת‪ 40 .‬און ָב ָלק האָט געשלאַכט רינדער און שאָף‪ ,‬און‬
‫האָט געשיקט צו ִבל ָעמען‪ ,‬און צו די האַרן װאָס מיט אים‪ 41 .‬און עס‬
‫איז געװען אין דער פֿרי‪ ,‬האָט ָב ָלק גענומען ִבל ָעמען‪ ,‬און האָט אים‬
‫אַרױפֿגעפֿירט קײן במוֹת‪-‬ב ַעל‪ ,‬און ער האָט פֿון דאָרטן געזען אַ טײל‬

                                                        ‫פֿון דעם פֿאָלק‪.‬‬
   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64   65