Page 62 - Bamidber
P. 62
במדבר
רעדן 13 .האָט ָב ָלק געזאָגט צו אים :קום מיט מיר ,איך בעט דיך ,צו
אַן אַנדער אָרט ,װאָס דו װעסט אים זען פֿון דאָרטן; בלױז אַ טײל פֿון
אים װעסטו זען ,אָבער אין גאַנצן װעסטו אים ניט זען; און שילט
מיר אים פֿון דאָרטן 14 .און ער האָט אים גענומען צו דעם פֿעלד
צוֹפֿים אױפֿן שפּיץ פּסָגה ,און ער האָט געבױט זיבן מזבכות ,און
אױפֿגעבראַכט אַן אָקס און אַ װידער אױף אַ מזבח 15 .און ער האָט
געזאָגט צו ָב ָלקן :שטעל זיך דאָ ב ַײ ד ַײן בראַנדאָפּפֿער ,און איך װעל
גײן זיך טרעפֿן דאָרטן 16 .האָט גאָט זיך געטראָפֿן פֿאַר ִבל ָעמען ,און
ער האָט אַר ַײנגעטאָן אַ װאָרט אין ז ַײן מױל ,און האָט געזאָגט :קער
זיך אום צו ָב ָלקן ,און אַזױ זאָלסטו רעדן 17 .איז ער געקומען צו
אים ,ערשט ער שטײט ב ַײ ז ַײן בראַנדאָפּפֿער ,און די האַרן פֿון מוֹאָבֿ
מיט אים; און ָב ָלק האָט צו אים געזאָגט :װאָס האָט גאָט גערעדט?
18האָט ער אױפֿגעהױבן ז ַײן שפּרוך ,און האָט געזאָגט:
שטײ אױףָ ,ב ָלק ,און הער,
פֿאַרנעם צו מיר ,זון פֿון ִצפּוֹר:
19ניט אַ מאַן איז גאָט ,ער זאָל ליגן זאָגן,
ניט אַ מענטשנקינד ,ער זאָל חרטה האָבן.
אַז ער זאָגט ,װעט ער דען ניט טאָן?
און אַז ער רעדט ,װעט ער עס ניט מקיים ז ַײן?
20זע» ,בענטש!« האָב איך פֿאַרנומען,
און בענטשט ער ,קען איך עס ניט אָפּהאַלטן.
21מע זעט ניט קײן אומרעכט אין יעקבֿ,
און מע מערקט ניט קײן עװלה אין ישׂראל.
יהוה ז ַײן גאָט איז מיט אים,
און די ל ַײטזעליקײט פֿון מלך איז אױף אים.
22גאָט ציט זײ אַרױס פֿון ִמצ ַר ִים,
װי הערנער פֿון אַ װיזלטיר איז ער אים.
23װאָרום ניטאָ קײן כּישוף אין יעקבֿ,
און קײן װאָרזאָגעניש אין ישׂראל.
אַצונד װערט פֿון יעקבֿ און ישׂראל געזאָגט:
װאָס גאָט האָט אױפֿגעטאָן!
24זע ,אַ פֿאָלק װאָס שטײט אױף װי אַ לײבינטע,
און הײבט זיך אױף װי אַ לײב;
ער לײגט זיך ניט ביז ער עסט רױב,
און בלוט פֿון דערשלאָגענע טרינקט ער.