Page 66 - Bamidber
P. 66

‫במדבר‬

‫‪ 1‬און ישׂראל איז געזעסן אין ִשטים‪ ,‬און דאָס פֿאָלק האָט‬

‫גענומען מזנה ז ַײן מיט די טעכטער פֿון מוֹאָבֿ‪ 2 .‬און זײכה‬

‫האָבן גערופֿן דאָס פֿאָלק צו די שלאַכטאָפּפֿער פֿון זײערע געטער‪,‬‬
‫און דאָס פֿאָלק האָט געגעסן‪ ,‬און האָט זיך געבוקט צו זײערע‬
‫געטער‪ 3 .‬און ישׂראל האָט זיך באַהעפֿט אָן דעם ב ַעל פֿון פּעוֹר‪ ,‬און‬
‫דער צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט אױף ישׂראל‪ 4 .‬האָט גאָט געזאָגט‬
‫צו משהן‪ :‬נעם אַלע הױפּטל ַײט פֿון דעם פֿאָלק‪ ,‬און הענג זײ אױף‬
‫פֿאַר גאָט אַקעגן דער זון‪ ,‬און דער גרימצאָרן פֿון גאָט װעט זיך‬
‫אָפּקערן פֿון ישׂראל‪ 5 .‬און משה האָט געזאָגט צו די ריכטער פֿון‬
‫ישׂראל‪ :‬הרגעט איטלעכער ז ַײנע מענטשן װאָס האָבן זיך באַהעפֿט‬

                                                ‫אָן דעם ב ַעל פֿון פּעוֹר‪.‬‬

‫‪ 6‬ערשט אַ מאַן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז געקומען‪ ,‬און האָט‬
‫געבראַכט צו ז ַײנע ברידער אַ ִמדָינית פֿאַר די אױגן פֿון משהן‪ ,‬און‬
‫פֿאַר די אױגן פֿון דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬בעת‬
‫זײ האָבן געװײנט ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ 7 .‬האָט דערזען‬
‫פּינחס דער זון פֿון ֶאל ָעָזר‪ ,‬דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן‪ ,‬און ער איז‬
‫אױפֿגעשטאַנען פֿון צװישן דער עדה‪ ,‬און האָט גענומען אַ שפּיז אין‬
‫ז ַײן האַנט; ‪ 8‬און ער איז אַר ַײנגעגאַנגען נאָך דעם מאַן פֿון ישׂראל אין‬
‫דער קאַמער‪ ,‬און האָט זײ בײדן דורכגעשטאָכן‪ ,‬דעם מאַן פֿון ישׂראל‪,‬‬
‫און די פֿרױ דורך איר בױך‪ .‬און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן פֿון‬
‫די קינדער פֿון ישׂראל‪ 9 .‬און די װאָס ז ַײנען געשטאָרבן אין דער‬

                        ‫מגפֿה‪ ,‬ז ַײנען געװען פֿיר און צװאַנציק טױזנט‪.‬‬

                 ‫פּי ְנחס‬

‫‪ 10‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 11 :‬פּינחס דער זון‬
‫פֿון ֶאל ָעָזר‪ ,‬דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן‪ ,‬האָט אָפּגעקערט מ ַײן‬
‫גרימצאָרן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל מיט װאָס ער האָט זיך‬
‫אָנגענומען פֿון מ ַײנעטװעגן צװישן זײ‪ ,‬און איך האָב ניט פֿאַרלענדט‬
‫די קינדער פֿון ישׂראל אין מ ַײן צאָרן‪ 12 .‬דרום זאָג‪ :‬זע‪ ,‬איך גיב אים‬
‫מ ַײן בונד פֿון שלום‪ 13 .‬און עס זאָל ז ַײן אים און ז ַײן זאָמען נאָך אים‬
‫אַ בונד פֿון אײביקער כּהונה‪ ,‬דערפֿאַר װאָס ער האָט זיך אָנגענומען‬
‫פֿון ז ַײן גאָטס װעגן‪ ,‬און האָט מכפּר געװען אױף די קינדער פֿון‬

                                                                ‫ישׂראל‪.‬‬
   61   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71