Page 71 - Bamidber
P. 71

‫במדבר‬

‫געבאָרן געװאָרן ב ַײ ֵל ִוין אין ִמצ ַר ִים; און זי האָט פֿון ַעמ ָרמען‬
‫געבאָרן אַהרֹנען און משהן‪ ,‬און זײער שװעסטער מרים‪ 60 .‬און ב ַײ‬
‫אַהרֹנען ז ַײנען געבאָרן געװאָרן ָנ ָדבֿ‪ ,‬און אַבֿיהוא‪ֶ ,‬אל ָעָזר‪ ,‬און‬
‫אי ָת ָמר‪ 61 .‬און ָנ ָדבֿ און אַבֿיהוא ז ַײנען געשטאָרבן װען זײ האָבן‬

                                    ‫געבראַכט פֿרעמד פֿ ַײער פֿאַר גאָט‪.‬‬

‫‪ 62‬און זײערע געצײלטע ז ַײנען געװען דר ַײ און צװאַנציק טױזנט‪,‬‬
‫אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חוֹדש אַלט און העכער; װאָרום זײ‬
‫ז ַײנען ניט געצײלט געװאָרן צװישן די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬װ ַײל זײ‬

    ‫איז ניט געגעבן געװאָרן קײן נחלה צװישן די קינדער פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 63‬דאָס ז ַײנען די װאָס ז ַײנען געצײלט געװאָרן פֿון משהן און ֶאל ָעָזר‬
‫דעם כֹּהן‪ ,‬װאָס האָבן געצײלט די קינדער פֿון ישׂראל אין די פּלױנען‬
‫פֿון מוֹאָבֿ ב ַײם ַירדן לעבן יריחו‪ 64 .‬און צװישן די דאָזיקע איז ניט‬
‫געװען קײנער פֿון די װאָס ז ַײנען געצײלט געװאָרן פֿון משהן און‬
‫אַהרן דעם כֹּהן‪ ,‬װאָס האָבן געצײלט די קינדער פֿון ישׂראל אין מדבר‬
‫סיַני‪ 65 .‬װאָרום גאָט האָט װעגן זײ געזאָגט‪ :‬שטאַרבן אין מדבר‬
‫װעלן זײ שטאַרבן; און קײנער פֿון זײ איז ניט געבליבן אַחוץ ָכּ ֵלבֿ‬

                       ‫דער זון פֿון יפֿוֶנהן‪ ,‬און יהוֹשו ַע דער זון פֿון נון‪.‬‬

‫‪ 1‬האָבן גענענט די טעכטער פֿון צ ָלפֿ ָחד דעם זון פֿון ֵחפֿר‪,‬‬

‫דעם זון פֿון ִגל ָעד‪ ,‬דעם זון פֿון ָמכיר‪ ,‬דעם זון פֿון מנשהן‪ ,‬פֿוןכז‬

‫די משפּחות פֿון מנשה‪ ,‬יוֹספֿס זון – און דאָס ז ַײנען געװען די נעמען‬
‫פֿון ז ַײנע טעכטער‪ַ :‬מח ָלה‪ ,‬נוֹ ָעה‪ ,‬און ָחג ָלה‪ ,‬און ִמל ָכּה‪ ,‬און ִתּר ָצה –‬
‫‪ 2‬און זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר משהן און פֿאַר ֶאל ָעָזר דעם כֹּהן‪,‬‬
‫און פֿאַר די פֿירשטן און דער גאַנצער עדה‪ ,‬ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬‬
‫מוֹעד‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 3 :‬אונדזער פֿאָטער איז געשטאָרבן אין דער‬
‫מדבר‪ ,‬און ער איז ניט געװען צװישן דעם געזעמל װאָס האָט זיך‬
‫א ַײנגעזאַמלט אַקעגן גאָט אין קֹ ַרחס געזעמל‪ ,‬נ ַײערט אין ז ַײן‬
‫אײגענער זינד איז ער געשטאָרבן; און קײן זין האָט ער ניט געהאַט‪.‬‬
‫‪ 4‬פֿאַר װאָס זאָל געמינערט װערן דער נאָמען פֿון אונדזער פֿאָטער‬
‫פֿון צװישן ז ַײן משפּחה‪ ,‬װ ַײל ער האָט ניט קײן זון? גיב אונדז אַן‬

                     ‫אײגנטום צװישן די ברידער פֿון אונדזער פֿאָטער‪.‬‬
   66   67   68   69   70   71   72   73   74   75   76