Page 72 - Bamidber
P. 72

‫במדבר‬

‫‪ 5‬האָט משה געבראַכט זײער משפּט פֿאַר גאָט‪ 6 .‬און גאָט האָט‬
‫געזאָגט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 7 :‬גערעכט טענהן די טעכטער פֿון‬
‫צ ָלפֿ ָחדן‪ :‬געבן זאָלסטו זײ געבן אַן אײגנטום פֿון אַ נחלה צװישן די‬
‫ברידער פֿון זײער פֿאָטער‪ ,‬און זאָלסט מאַכן איבערגײן די נחלה פֿון‬
‫זײער פֿאָטער צו זײ‪ 8 .‬און צו די קינדער פֿון ישׂראל זאָלסטו רעדן‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַז אַ מאַן װעט שטאַרבן‪ ,‬און ער האָט ניט קײן זון‪,‬‬
‫זאָלט איר מאַכן איבערגײן ז ַײן נחלה צו ז ַײן טאָכטער‪ 9 .‬און אױב ער‬
‫האָט ניט קײן טאָכטער‪ ,‬זאָלט איר געבן ז ַײן נחלה צו ז ַײנע ברידער‪.‬‬
‫‪ 10‬און אױב ער האָט ניט קײן ברידער‪ ,‬זאָלט איר געבן ז ַײן נחלה צו‬
‫די ברידער פֿון ז ַײן פֿאָטער‪ 11 .‬און אױב ז ַײן פֿאָטער האָט ניט קײן‬
‫ברידער‪ ,‬זאָלט איר געבן ז ַײן נחלה צו ז ַײן נענטסטן קרובֿ פֿון ז ַײן‬
‫משפּחה‪ ,‬און ער זאָל זי ירשען‪ .‬און דאָס זאָל ז ַײן די קינדער פֿון‬

       ‫ישׂראל פֿאַר אַ רעכט‪-‬געזעץ‪ ,‬אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן‪.‬‬

‫‪ 12‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ :‬גײ אַרױף אױף דעם דאָזיקן‬
‫באַרג ַעבֿרים‪ ,‬און קוק אָן דאָס לאַנד‪ ,‬װאָס איך האָב געגעבן צו די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל‪ 13 .‬און אַז דו װעסט עס האָבן אָנגעקוקט‪ ,‬װעסט‬
‫דו אױך א ַײנגעזאַמלט װערן צו ד ַײן פֿאָלק‪ ,‬אַזױ װי ד ַײן ברודער אַהרן‬
‫איז א ַײנגעזאַמלט געװאָרן‪ 14 .‬אַזױ װי איר האָט װידערשפּעניקט מ ַײן‬
‫באַפֿעל‪ ,‬אין מדבר ִצן ב ַײ דעם קריג פֿון דער עדה‪ ,‬מיך צו הײליקן‬
‫ב ַײם װאַסער פֿאַר זײערע אױגן‪ .‬דאָס איז דאָס װאַסער פֿון מריבֿת‪-‬‬

                                                     ‫ָק ֵדש אין מדבר ִצן‪.‬‬

‫‪ 15‬האָט משה גערעדט צו גאָט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 16 :‬זאָל יהוה דער גאָט‬
‫פֿון די ג ַײסטער פֿון אַלע באַשעפֿענישן אױפֿזעצן אַ מאַן איבער דער‬
‫עדה‪ 17 ,‬װאָס זאָל אַרױסגײן זײ פֿאַרױס‪ ,‬און װאָס זאָל אַר ַײנקומען‬
‫זײ פֿאַרױס‪ ,‬און װאָס זאָל זײ אַרױספֿירן‪ ,‬און װאָס זאָל זײ‬
‫אַר ַײנברענגען‪ ,‬כּדי די עדה פֿון גאָט זאָל ניט ז ַײן אַזױ װי שאָף װאָס‬

                                               ‫האָבן ניט קײן פּאַסטוך‪.‬‬

‫‪ 18‬האָט גאָט געזאָגט צו משהן‪ :‬נעם דיר יהוֹשו ַע דעם זון פֿון נון‪ ,‬אַ‬
‫מאַן װאָס אין אים איז דאָ ג ַײסט‪ ,‬און זאָלסט אָנלענען ד ַײן האַנט‬
‫אױף אים‪ 19 .‬און זאָלסט אים שטעלן פֿאַר ֶאל ָעָזר דעם כֹּהן‪ ,‬און‬
‫פֿאַר דער גאַנצער עדה‪ ,‬און זאָלסט אים איבערגעבן ד ַײן ַצ ָװ ֶאה פֿאַר‬
‫זײערע אױגן‪ 20 .‬און זאָלסט אַרױפֿטאָן פֿון ד ַײן גלאַנץ אױף אים‪ ,‬כּדי‬
‫די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן געהאָרכן‪ 21 .‬און ער‬
   67   68   69   70   71   72   73   74   75   76   77