Page 75 - Bamidber
P. 75

‫במדבר‬

‫צו איטלעכן אָקס‪ ,‬צװײ צענטל צו דעם אײן װידער; ‪ 29‬צו צענטל‪,‬‬
‫צו צענטל פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן‪ 30 .‬אײן ציגנבאָק‪,‬‬
‫מכפּר צו ז ַײן אױף א ַײך‪ 31 .‬אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און‬
‫ז ַײן שפּ ַײזאָפּפֿער זאָלט איר זײ מאַכן – אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ ב ַײ א ַײך‬

                                         ‫ז ַײן – מיט זײערע גיסאָפּפֿער‪.‬‬

‫‪ 1‬און אין זיבעטן חוֹדש‪ ,‬אין ערשטן טאָג פֿון חוֹדש‪ ,‬זאָל ז ַײן‬

‫אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג ב ַײ א ַײך‪ ,‬קײן דינסטאַרבעט זאָלטכט‬

‫איר ניט טאָן; אַ טאָג פֿון שאַלונג זאָל עס א ַײך ז ַײן‪ 2 .‬און איר זאָלט‬
‫מאַכן אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט‪ :‬אײן יונגן‬
‫אָקס‪ ,‬אײן װידער‪ ,‬זיבן שעפּסן יאָריקע‪ ,‬אָן אַ פֿעלער‪ 3 .‬און זײער‬
‫שפּ ַײזאָפּפֿער‪ :‬זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬דר ַײ צענטל צו דעם‬
‫אָקס‪ ,‬צװײ צענטל צו דעם װידער‪ 4 ,‬און אײן צענטל צו איטלעכן‬
‫שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן‪ 5 .‬און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער‪ ,‬מכפּר‬
‫צו ז ַײן אױף א ַײך‪ 6.‬אַחוץ דעם בראַנדאָפּפֿער פֿון רֹאש‪-‬חוֹדש און ז ַײן‬
‫שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬און דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און ז ַײן‬
‫שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬און זײערע גיסאָפּפֿער‪ ,‬לױט זײער דין‪ ,‬פֿאַר אַ‬

                               ‫געשמאַקן ריח‪ ,‬אַ פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט‪.‬‬

‫‪ 7‬און אין צענטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן זיבעטן חוֹדש זאָל ז ַײן אַ‬
‫הײליקע צונױפֿרופֿונג ב ַײ א ַײך; און איר זאָלט פּ ַײניקן א ַײער זעל;‬
‫קײן אַרבעט זאָלט איר ניט טאָן‪ 8 .‬און איר זאָלט מקריבֿ ז ַײן אַ‬
‫בראַנדאָפּפֿער צו גאָט פֿאַר אַ געשמאַקן ריח‪ :‬אײן יונגן אָקס‪ ,‬אײן‬
‫װידער‪ ,‬זיבן שעפּסן יאָריקע; אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ ב ַײ א ַײך ז ַײן‪9 .‬‬
‫און זײער שפּ ַײזאָפּפֿער‪ :‬זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬דר ַײ צענטל‬
‫צו דעם אָקס‪ ,‬צװײ צענטל צו דעם אײן װידער; ‪ 10‬צו צענטל‪ ,‬צו‬
‫צענטל פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן‪ 11 .‬אײן ציגנבאָק אַ‬
‫זינדאָפּפֿער‪ .‬אַחוץ דעם זינדאָפּפֿער פֿון פֿאַרגעבונג‪ ,‬און דעם‬
‫שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און ז ַײן שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬און זײערע‬

                                                             ‫גיסאָפּפֿער‪.‬‬

‫‪ 12‬און אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון זיבעטן חוֹדש זאָל ז ַײן אַ הײליקע‬
‫צונױפֿרופֿונג ב ַײ א ַײך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן‪ .‬און‬
‫איר זאָלט פֿ ַײערן אַ פֿ ַײערטאָג צו גאָט זיבן טעג‪ 13 .‬און איר זאָלט‬
   70   71   72   73   74   75   76   77   78   79   80