Page 74 - Bamidber
P. 74

‫במדבר‬

‫שעפּסן יאָריקע‪ ,‬אָן אַ פֿעלער‪ 12 .‬און דר ַײ צענטל זעמלמעל‪ ,‬אַ‬
‫שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬צו איטלעכן אָקס‪ ,‬און צװײ‬
‫צענטל זעמלמעל‪ ,‬אַ שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬צו דעם אײן‬
‫װידער; ‪ 13‬און צו צענטל‪ ,‬צו צענטל זעמלמעל‪ ,‬אַ שפּ ַײזאָפּפֿער‪,‬‬
‫פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬צו איטלעכן שעפּס‪ .‬אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ‬
‫געשמאַקן ריח‪ ,‬אַ פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט‪ 14 .‬און זײערע גיסאָפּפֿער‪ :‬אַ‬
‫האַלבער הין װ ַײן זאָל ז ַײן צו אַן אָקס‪ ,‬און אַ דריטל הין צו אַ װידער‪,‬‬
‫און אַ פֿערטל הין צו אַ שעפּס‪ .‬דאָס איז דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿון‬
‫רֹאש‪-‬חוֹדש אין רֹאש‪-‬חוֹדש פֿאַר די חדשים פֿון יאָר‪ 15 .‬און אײן‬
‫ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער צו גאָט‪ ,‬אַחוץ דעם שטענדיקן‬

              ‫בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬זאָל געמאַכט װערן‪ ,‬מיט ז ַײן גיסאָפּפֿער‪.‬‬

‫‪ 16‬און אין ערשטן חוֹדש‪ ,‬אין פֿערצנטן טאָג פֿון חוֹדש‪ ,‬זאָל ז ַײן אַ‬
‫ָקרבן‪-‬פּסח צו גאָט‪ 17 .‬און אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חוֹדש‪,‬‬
‫זאָל ז ַײן אַ ָיום‪-‬טובֿ‪ .‬זיבן טעג זאָל געגעסן װערן מצות‪ 18 .‬אין‬
‫ערשטן טאָג זאָל ז ַײן אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג; קײן דינסטאַרבעט‬
‫זאָלט איר ניט טאָן‪ 19 .‬און איר זאָלט מקריבֿ ז ַײן אַ פֿ ַײעראָפּפֿער‪ ,‬אַ‬
‫בראַנדאָפּפֿער צו גאָט‪ :‬צװײ יונגע אָקסן‪ ,‬און אײן װידער‪ ,‬און זיבן‬
‫שעפּסן יאָריקע; אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ ב ַײ א ַײך ז ַײן‪ 20 .‬און זײער‬
‫שפּ ַײזאָפּפֿער‪ :‬זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל; דר ַײ צענטל צו אַן‬
‫אָקס‪ ,‬און צװײ צענטל צו אַ װידער‪ ,‬זאָלט איר מאַכן‪ 21 .‬צו צענטל‪,‬‬
‫צו צענטל זאָלסטו מאַכן פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן‪22 .‬‬
‫און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער‪ ,‬מכפּר צו ז ַײן אױף א ַײך‪ 23 .‬אַחוץ דעם‬
‫בראַנדאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי‪ ,‬װאָס פֿאַרן שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער‪,‬‬
‫זאָלט איר מאַכן די דאָזיקע‪ 24 .‬אַזױ װי די דאָזיקע זאָלט איר מאַכן‬
‫טעגלעך זיבן טעג‪ ,‬אַ שפּ ַײז פֿון פֿ ַײעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח‬
‫צו גאָט‪ .‬אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער זאָל עס געמאַכט װערן‪,‬‬
‫מיט ז ַײן גיסאָפּפֿער‪ 25 .‬און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל ז ַײן אַ הײליקע‬

        ‫צונױפֿרופֿונג ב ַײ א ַײך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן‪.‬‬

‫‪ 26‬און אין טאָג פֿון די ערשטצ ַײטיקע‪ ,‬װען איר ברענגט אַ‬
‫שפּ ַײזאָפּפֿער פֿון נ ַײער תּבֿואה צו גאָט‪ ,‬אין א ַײער שבֿועות‪ ,‬זאָל ז ַײן‬
‫אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג ב ַײ א ַײך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט‬
‫טאָן‪ 27 .‬און איר זאָלט מקריבֿ ז ַײן אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן‬
‫ריח צו גאָט‪ :‬צװײ יונגע אָקסן‪ ,‬אײן װידער‪ ,‬זיבן שעפּסן יאָריקע‪28 .‬‬
‫און זײער שפּ ַײזאָפֿפּער‪ :‬זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬דר ַײ צענטל‬
   69   70   71   72   73   74   75   76   77   78   79