Page 79 - Bamidber
P. 79
במדבר
פֿאַרשטערן װעט ער זײ פֿאַרשטערן לאַנג נאָך דעם װי ער האָט
געהערט ,װעט ער טראָגן איר זינד.
17דאָס ז ַײנען די געזעצן װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן ,צװישן אַ
מאַן און ז ַײן װ ַײב ,צװישן אַ פֿאָטער און ז ַײן טאָכטער ,אין איר יוגנט,
אין איר פֿאָטערס הױז.
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :ז ַײ זיך
נוֹקם די נקמה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל אָן די ִמדָינים;לא
דערנאָך װעסטו א ַײנגעזאַמלט װערן צו ד ַײן פֿאָלק.
3האָט משה גערעדט צום פֿאָלק ,אַזױ צו זאָגן :באַװאָפֿנט פֿון א ַײך
מענער צום חיל ,און זאָלן זײ גײן אױף ִמדָין אױסצופֿירן די נקמה פֿון
גאָט אױף ִמדָין 4 .צו טױזנט פֿון אַ שבֿט ,צו טױזנט פֿון אַ שבֿט ,פֿון
אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל ,זאָלט איר שיקן אין חיל.
5ז ַײנען צוגעשטעלט געװאָרן פֿון די טױזנטן פֿון ישׂראל צו טױזנט
פֿון אַ שבֿט ,צװעלף טױזנט באַװאָפֿנטע חיל 6 .און משה האָט זײ
געשיקט אין חיל צו טױזנט פֿון אַ שבֿט ,זײ מיט פּינחס דעם זון פֿון
ֶאל ָעָזר דעם כֹּהן ,אין חיל ,מיט די הײליקע כּלים און די
שאַלטרומײטן אין ז ַײן האַנט 7 .און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן אױף
ִמדָין ,אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן ,און זײ האָבן אױסגעהרגעט
יעטװעדער מאַנספּאַרשױן 8 .אױך די מלכים פֿון ִמדָין האָבן זײ
געהרגעט צװישן זײערע דערשלאָגענע :אַ ִוי ,און ֶר ֶקם ,און צור ,און
חור ,און ֶרבֿע ,די פֿינף מלכים פֿון ִמדָין; אױך בל ָעם דעם זון פֿון
בעוֹרן האָבן זײ געהרגעט מיטן שװערד 9 .און די קינדער פֿון ישׂראל
האָבן געפֿאַנגען די װ ַײבער פֿון ִמדָין ,און זײערע קלײנע קינדער; און
אַלע זײערע בהמות ,און אַלע זײערע פֿי ,און זײער גאַנצן פֿאַרמעג,
האָבן זײ אַװעקגערױבט 10 .און אַלע זײערע שטעט אין זײערע
װוינערטער ,און אַלע זײערע לאַגערדערפֿער ,האָבן זײ פֿאַרברענט אין
פֿ ַײער 11 .און זײ האָבן גענומען דעם גאַנצן זאַקרױב ,און דעם גאַנצן
טר ַײברױב ,פֿון מענטשן און פֿון בהמות 12 ,און האָבן געבראַכט די
געפֿאַנגענע און דעם טר ַײברױב און דעם זאַקרױב צו משהן און צו
ֶאל ָעָזר דעם כֹּהן ,און צו דער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,אין
לאַגער ,אױף די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ װאָס ב ַײם ַירדן לעבן יריחו.