Page 84 - Bamidber
P. 84
במדבר
יענער ז ַײט ַירדן און װ ַײטער ,װ ַײל אונדז איז אָנגעקומען אונדזער
אַרבונג אױף דער ז ַײט ַירדן ,צו מזרח.
20האָט משה צו זײ געזאָגט :אױב איר װעט טאָן די דאָזיקע זאַך,
אױב איר װעט א ַײך באַװאָפֿענען פֿאַר גאָטס אָנגעזיכט אױף
מלחמה 21,און אַלע באַװאָפֿנטע פֿון א ַײך װעלן אַריבערגײן דעם ַירדן
פֿאַר גאָטס אָנגעזיכט ,ביז ער פֿאַרטר ַײבט ז ַײנע פֿ ַײנט פֿון פֿאַר אים,
22און דאָס לאַנד װעט באַצװוּנגען װערן פֿאַר גאָטס אָנגעזיכט ,און
איר װעט זיך דערנאָך אומקערן ,װעט איר ז ַײן רײן פֿאַר גאָט און פֿאַר
ישׂראל ,און דאָס דאָזיקע לאַנד װעט א ַײך ז ַײן צום אײגנטום פֿאַר
גאָט 23 .אױב אָבער איר װעט אַזױ ניט טאָן ,אַזױ האָט איר
געזינדיקט פֿאַר גאָט ,און ז ַײט װיסן א ַײערע שטראָף װאָס װעט א ַײך
טרעפֿן 24 .בױט א ַײך שטעט פֿאַר א ַײערע קלײנע קינדער ,און
געהעפֿטן פֿאַר א ַײערע שאָף ,אָבער װאָס איז אַרױס פֿון א ַײער מױל
זאָלט איר טאָן.
25האָבן די קינדער פֿון ָגד און די קינדער פֿון ראובֿן געזאָגט צו
משהן ,אַזױ צו זאָגן :ד ַײנע קנעכט װעלן טאָן אַזױ װי מ ַײן האַר
באַפֿעלט 26 .אונדזערע קלײנע קינדער ,אונדזערע װ ַײבער ,אונדזער
פֿי ,און אַלע אונדזערע בהמות ,װעלן ז ַײן דאָרטן אין די שטעט פֿון
ִגל ָעד; 27אָבער ד ַײנע קנעכט ,איטלעכער באַװאָפֿנטער צום חיל,
װעלן אַריבערגײן פֿאַר גאָטס אָנגעזיכט אױף מלחמה ,אַזױ װי מ ַײן
האַר רעדט.
28און משה האָט באַפֿױלן װעגן זײ ֶאל ָעָזר דעם כֹּהן ,און יהוֹשו ַע
דעם זון פֿון נון ,און די הױפּטל ַײט פֿון די פֿאָטערה ַײזער פֿון די
שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל 29 ,און משה האָט צו זײ געזאָגט:
אױב די קינדער פֿון ָגד און די קינדער פֿון ראובֿן ,איטלעכער
באַװאָפֿנטער אױף מלחמה ,װעלן אַריבערגײן מיט א ַײך דעם ַירדן
פֿאַר גאָטס אָנגעזיכט ,און דאָס לאַנד װעט באַצװוּנגען װערן פֿאַר
א ַײער אָנגעזיכט ,זאָלט איר זײ געבן דאָס לאַנד ִגל ָעד צום אײגנטום.
30אױב אָבער זײ װעלן ניט אַריבערגײן באַװאָפֿנט מיט א ַײך ,זאָלן זײ
קריגן אײגנטום צװישן א ַײך אין לאַנד כַּנ ַען.