Page 88 - Bamidber
P. 88

‫במדבר‬

‫פֿאַרטיליקן‪ 53 .‬און איר זאָלט פֿאַרנעמען דאָס לאַנד‪ ,‬און זיך באַזעצן‬
‫דרינען‪ ,‬װאָרום א ַײך האָב איך געגעבן דאָס לאַנד‪ ,‬עס צו אַרבן‪54 .‬‬
‫און איר זאָלט אַרבן דאָס לאַנד דורך גוֹרל‪ ,‬לױט א ַײערע משפּחות;‬
‫דעם מערערן זאָלט איר געבן מער נחלה‪ ,‬און דעם װינציקערן‬
‫זאָלסטו געבן װינציקער נחלה‪ .‬דאָרטן װוּ ז ַײן גוֹרל װעט אױספֿאַלן‪,‬‬
‫זאָל געהערן צו אים; לױט א ַײערע פֿאָטערשטאַמען זאָלט איר א ַײך‬

                                                                  ‫אַרבן‪.‬‬

‫‪ 55‬און אױב איר װעט ניט פֿאַרטר ַײבן פֿון פֿאַר א ַײך די באַװוינער פֿון‬
‫לאַנד‪ ,‬װעלן די װאָס איר װעט איבערלאָזן פֿון זײ‪ ,‬ז ַײן פֿאַר דערנער‬
‫אין א ַײערע אױגן‪ ,‬און פֿאַר שטעכערס אין א ַײערע ז ַײטן‪ ,‬און זײ װעלן‬
‫א ַײך דריקן אין דעם לאַנד װאָס איר זיצט דרינען‪ 56 .‬און עס װעט‬
 ‫ז ַײן‪ ,‬אַזױ װי איך האָב געדאַכט צו טאָן צו זײ‪ ,‬װעל איך טאָן צו א ַײך‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬באַפֿעל‬

     ‫די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און זאָלסט זאָגן צו זײ‪:‬לד‬

‫אַז איר קומט קײן לאַנד כַּנ ַען‪ ,‬זאָל דאָס ז ַײן דאָס לאַנד װאָס װעט‬
‫א ַײך פֿאַלן פֿאַר אַ נחלה – דאָס לאַנד כַּנ ַען לױט אירע געמאַרקן‪3 :‬‬
‫די ָדרום‪-‬ז ַײט זאָל א ַײך ז ַײן פֿון מדבר ִצן לעבן ֶאדוֹם‪ ,‬און דער‬
‫געמאַרק פֿון ָדרום זאָל א ַײך ז ַײן פֿון עק ַים‪ַ -‬ה ֶמ ַלח‪ ,‬צו מזרח‪ 4 .‬און‬
‫דער געמאַרק זאָל זיך אױסדרײען ב ַײ א ַײך צו ָדרום פֿון דעם‬
‫אױפֿגאַנג פֿון ַעק ַרבים‪ ,‬און אַריבערגײן קײן ִצן; און ז ַײן אױסלאָז זאָל‬
‫ז ַײן אין ָדרום פֿון ָק ֵדש‪-‬ברֵנ ַע; און ער זאָל אַרױסגײן צו ַח ַצר‪-‬אַ ָדר‪ ,‬און‬
‫אַריבערגײן ביז ַעצמוֹן‪ 5 .‬און דער געמאַרק זאָל זיך אױסדרײען פֿון‬
‫ַעצמוֹן צום ט ַײך פֿון ִמצ ַר ִים; און ז ַײן אױסלאָז זאָל ז ַײן ב ַײם ים‪ 6 .‬און‬
‫דער געמאַרק פֿון מערבֿ זאָל א ַײך ז ַײן דער ַים‪ַ -‬הָגדול מיטן ברעג; דאָס‬
‫זאָל א ַײך ז ַײן דער געמאַרק פֿון מערבֿ‪ 7 .‬און דאָס זאָל א ַײך ז ַײן דער‬
‫געמאַרק פֿון צפֿון‪ :‬פֿון ַים‪ַ -‬הָגדול זאָלט איר א ַײך צײכענען ביז דעם‬
‫באַרג הוֹר‪ 8 .‬פֿון באַרג הוֹר זאָלט איר צײכענען ביז מע קומט קײן‬
‫ַח ָמת; און דער אױסלאָז פֿון דעם געמאַרק זאָל ז ַײן ב ַײ צ ָדד‪ 9 .‬און‬
‫דער געמאַרק זאָל אַרױסגײן ב ַײ ִזפֿרוֹן‪ ,‬און ז ַײן אױסלאָז זאָל ז ַײן‬
‫ַח ַצר‪ֵ -‬עיָנן‪ .‬דאָס זאָל א ַײך ז ַײן דער געמאַרק פֿון צפֿון‪ 10 .‬און איר‬
‫זאָלט א ַײך צײכענען פֿאַרן געמאַרק פֿון מזרח פֿון ַח ַצר‪ֵ -‬עיָנן ביז שפֿם‪.‬‬
   83   84   85   86   87   88   89   90   91   92   93