Page 91 - Bamidber
P. 91

‫במדבר‬

‫אַנטלױפֿן אַהין פֿאַר איטלעכן װאָס דערשלאָגט אַ נפֿש דורך אַ‬
‫פֿאַרזע‪ 16 .‬אױב אָבער ער האָט אים דערשלאָגן מיט אַן א ַײזערנער‬
‫זאַך‪ ,‬און ער איז געשטאָרבן‪ ,‬איז ער אַ מערדער; טײטן זאָל געטײט‬
‫װערן דער מערדער‪ 17 .‬און אױב ער האָט אים געשלאָגן מיט אַ‬
‫שטײן אין האַנט‪ ,‬װאָס מע קען דערפֿון שטאַרבן‪ ,‬און ער איז‬
‫געשטאָרבן‪ ,‬איז ער אַ מערדער; טײטן זאָל געטײט װערן דער‬
‫מערדער‪ 18 .‬אָדער אַז ער האָט אים געשלאָגן מיט אַ הילצערנער זאַך‬
‫אין האַנט‪ ,‬װאָס מע קען דערפֿון שטאַרבן‪ ,‬און ער איז געשטאָרבן‪,‬‬
‫איז ער אַ מערדער; טײטן זאָל געטײט װערן דער מערדער‪ 19 .‬דער‬
‫בלוטמאָנער‪ ,‬ער זאָל טײטן דעם מערדער; װען ער טרעפֿט אים‪ ,‬זאָל‬
‫ער אים טײטן‪ 20 .‬און אױב ער האָט אים מיט שׂנאה אַ שטױס‬
‫געטאָן‪ ,‬אָדער ער האָט געשל ַײדערט אױף אים עפּעס מיט אַ כּיװן‪,‬‬
‫און ער איז געשטאָרבן‪ 21 ,‬אָדער ער האָט אים מיט פֿ ַײנטשאַפֿט‬
‫געשלאָגן מיט ז ַײן האַנט‪ ,‬און ער איז געשטאָרבן‪ ,‬זאָל טײטן געטײט‬
‫װערן דער שלעגער; אַ מערדער איז ער; דער בלוטמאָנער זאָל טײטן‬
‫דעם מערדער‪ ,‬װען ער טרעפֿט אים‪ 22 .‬אױב אָבער ער האָט אים‬
‫אומגעריכט‪ ,‬אָן פֿ ַײנטשאַפֿט‪ ,‬אַ שטױס געטאָן‪ ,‬אָדער ער האָט‬
‫געשל ַײדערט אױף אים עפּעס אַ זאַך אָן אַ כּיװן‪ 23 ,‬אָדער מיט עפּעס‬
‫אַ שטײן װאָס מע קען דערפֿון שטאַרבן‪ ,‬האָט ער געװאָרפֿן אױף אים‬
‫אומגעזען‪ ,‬און ער איז געשטאָרבן‪ ,‬און ער איז אים ניט געװען אַ‬
‫שׂוֹנא‪ ,‬און ניט אױסן געװען ז ַײן בײז‪ 24 ,‬זאָל די עדה משפּטן צװישן‬
‫דעם שלעגער און צװישן דעם בלוטמאָנער לױט די דאָזיקע געזעצן‪.‬‬
‫‪ 25‬און די עדה זאָל מציל ז ַײן דעם טױטשלעגער פֿון דעם‬
‫בלוטמאָנערס האַנט‪ ,‬און די עדה זאָל אים אומקערן צו ז ַײן שטאָט‬
‫פֿון אַנטרינונג‪ ,‬װאָס ער איז אַהין אַנטלאָפֿן‪ ,‬און ער זאָל זיצן אין איר‬
‫ביז דעם טױט פֿון כֹּהן‪ָ-‬גדול װאָס מע האָט אים געזאַלבט מיטן‬
‫הײליקן אײל‪ 26 .‬אױב אָבער אַרױסגײן װעט אַרױסגײן דער‬
‫טױטשלעגער פֿון דעם געמאַרק פֿון ז ַײן שטאָט פֿון אַנטרינונג‪ ,‬װאָס‬
‫ער איז אַהין אַנטלאָפֿן‪ 27 ,‬און דער בלוטמאָנער װעט אים געפֿינען‬
‫אױסער דעם געמאַרק פֿון ז ַײן שטאָט פֿון אַנטרינונג‪ ,‬און דער‬
‫בלוטמאָנער װעט טײטן דעם טױטשלעגער‪ ,‬האָט ער אױף זיך ניט‬
‫קײן בלוט‪ 28 .‬װאָרום אין ז ַײן שטאָט פֿון אַנטרינונג מוז ער זיצן ביז‬
‫דעם טױט פֿון כֹּהן‪ָ-‬גדול‪ ,‬און ערשט נאָך דעם טױט פֿון כֹּהן‪ָ-‬גדול מעג‬
‫דער טױטשלעגער זיך אומקערן צו דעם לאַנד פֿון ז ַײן אײגנטום‪29 .‬‬
‫דאָס זאָל א ַײך ז ַײן פֿאַר אַ רעכטגעזעץ אױף א ַײערע ָדור‪-‬דורות אין‬

                                              ‫אַלע א ַײערע װוינערטער‪.‬‬
   86   87   88   89   90   91   92   93   94   95