Page 90 - Bamidber
P. 90

‫במדבר‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ‬

‫ב ַײם ַירדן לעבן יריחו‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬באַפֿעל די קינדער פֿוןלה‬

‫ישׂראל‪ ,‬זײ זאָלן געבן די ל ִוִיים פֿון דער נחלה פֿון זײער אײגנטום‬
‫שטעט צום װוינען; און אַ פֿר ַײען פּלאַץ צו די שטעט רונד אַרום זײ‬
‫זאָלט איר געבן די ל ִו ִיים‪ 3 .‬און די שטעט װעלן ז ַײן פֿאַר זײ צום‬
‫װוינען‪ ,‬און זײערע פֿר ַײע פּלעצער װעלן ז ַײן פֿאַר זײער פֿי‪ ,‬און פֿאַר‬
‫זײער פֿאַרמעג‪ ,‬און פֿאַר אַלע זײערע בהמות‪ 4 .‬און די פֿר ַײע פּלעצער‬
‫פֿון די שטעט‪ ,‬װאָס איר װעט געבן די ל ִו ִיים דרױסן פֿון דער שטאָט‬
‫מױער‪ ,‬זאָלן ז ַײן טױזנט אײלן רונד אַרום‪ 5 .‬און איר זאָלט אָפּמעסטן‬
‫אױסן שטאָט‪ ,‬מזרח‪-‬ז ַײט צװײ טױזנט אײלן‪ ,‬און ָדרום‪-‬ז ַײט צװײ‬
‫טױזנט אײלן‪ ,‬און מערבֿ‪-‬ז ַײט צװײ טױזנט אײלן‪ ,‬און צפֿון‪-‬ז ַײט צװײ‬
‫טױזנט אײלן‪ ,‬מיט דער שטאָט אין מיטן‪ .‬דאָס זאָלן ב ַײ זײ ז ַײן די‬
‫פֿר ַײע פּלעצער פֿון די שטעט‪ 6 .‬און די שטעט װאָס איר װעט געבן די‬
‫ל ִו ִיים‪ ,‬זאָלן ז ַײן די זעקס שטעט פֿון אַנטרינונג װאָס איר װעט געבן‬
‫פֿאַר דעם טױטשלעגער צו אַנטלױפֿן אַהין; און צו זײ זאָלט איר‬
‫צוגעבן צװײ און פֿערציק שטעט‪ .‬אַלע שטעט װאָס איר װעט געבן די‬
‫ל ִו ִיים‪ ,‬זאָלן ז ַײן אַכט און פֿערציק שטעט; ‪ 7‬זײ מיט זײערע פֿר ַײע‬
‫פּלעצער‪ 8 .‬און די שטעט װאָס איר װעט געבן פֿון דעם אײגנטום פֿון‬
‫די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬זאָלט איר פֿון דעם מערערן נעמען מער‪ ,‬און‬
‫פֿון דעם װינציקערן נעמען װינציקער; איטלעכער לױט ז ַײן אַרבונג‬

               ‫װאָס ער אַרבט‪ ,‬זאָל געבן פֿון ז ַײנע שטעט צו די ל ִו ִיים‪.‬‬

‫‪ 9‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 10 :‬רעד צו די‬
                           ‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און זאָלסט זאָגן צו זײ‪:‬‬

‫אַז איר גײט אַריבער דעם ַירדן קײן לאַנד כַּנ ַען‪ 11 ,‬זאָלט איר א ַײך‬
‫באַשטימען שטעט װאָס זאָלן א ַײך ז ַײן שטעט פֿון אַנטרינונג‪ ,‬און‬
‫אַהין זאָל אַנטלױפֿן דער טױטשלעגער װאָס דערשלאָגט אַ נפֿש דורך‬
‫אַ פֿאַרזע‪ 12 .‬און די שטעט זאָלן א ַײך ז ַײן פֿאַר אַנטרינונג פֿון דעם‬
‫בלוטמאָנער‪ ,‬און דער טױטשלעגער זאָל ניט שטאַרבן אײדער ער‬
‫שטעלט זיך פֿאַר דער עדה צום משפּט‪ 13 .‬און די שטעט װאָס איר‬
‫זאָלט געבן‪ :‬זעקס שטעט פֿון אַנטרינונג זאָלן ב ַײ א ַײך ז ַײן‪ 14 .‬דר ַײ‬
‫שטעט זאָלט איר געבן פֿון דער ז ַײט ַירדן‪ ,‬און דר ַײ שטעט זאָלט איר‬
‫געבן אין לאַנד כַּנ ַען; שטעט פֿון אַנטרינונג זאָלן זײ ז ַײן‪ 15 .‬פֿאַר די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און פֿאַרן פֿרעמדן‪ ,‬און פֿאַרן א ַײנגעװאַנדערטן‬
‫צװישן זײ‪ ,‬זאָלן ז ַײן די דאָזיקע זעקס שטעט פֿון אַנטרינונג‪ ,‬אױף צו‬
   85   86   87   88   89   90   91   92   93   94   95