Page 92 - Bamidber
P. 92
במדבר
30װער נאָר עס דערשלאָגט אַ נפֿש ,זאָל מען הרגען דעם מערדער
לױט דעם מױל פֿון עדות; און אײן עדות קען ניט עדות-זאָגן אױף אַ
מענטשן ,ער זאָל שטאַרבן 31 .און איר זאָלט ניט אָננעמען אַן
אױסלײז פֿאַר דעם נפֿש פֿון אַ מערדער װאָס איז פֿאַרשולדיקט צום
טױט; נ ַײערט טײטן מוז ער געטײט װערן 32 .און איר זאָלט ניט
אָננעמען אַן אױסלײז פֿון דעם װאָס איז אַנטלאָפֿן אין ז ַײן שטאָט פֿון
אַנטרינונג ,אַז ער זאָל מעגן זיך אומקערן װוינען אין לאַנד פֿאַר דעם
כֹּהנס טױט 33 .און איר זאָלט ניט זינדיק מאַכן דאָס לאַנד װאָס איר
זיצט דרינען ,װאָרום בלוט דאָס מאַכט זינדיק דאָס לאַנד ,און דעם
לאַנד װערט ניט פֿאַרגעבן פֿאַר דעם בלוט װאָס איז דרינען פֿאַרגאָסן
געװאָרן ,ס ַײדן מיט דעם בלוט פֿון דעם װאָס האָט עס פֿאַרגאָסן34 .
און זאָלסט ניט פֿאַראומרײניקן דאָס לאַנד װאָס איר זיצט דרינען,
װאָס איך רו אין דעם; װאָרום איך ,יהוה ,רו צװישן די קינדער פֿון
ישׂראל.
1און די הױפּטל ַײט פֿון די פֿאָטערה ַײזער פֿון דער משפּחה פֿון
די קינדער פֿון ִגל ָעד ,דעם זון פֿון ָמכיר ,דעם זון פֿון מנשהן,לו
פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון יוֹסף ,האָבן גענענט ,און האָבן
גערעדט פֿאַר משהן ,און פֿאַר די פֿירשטן ,די הױפּטל ַײט פֿון די
פֿאָטערה ַײזער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל 2 ,און זײ האָבן געזאָגט:
גאָט האָט באַפֿױלן מ ַײן האַר צו געבן דאָס לאַנד אין נחלה לױט גוֹרל
צו די קינדער פֿון ישׂראל ,און מ ַײן האַר איז באַפֿױלן געװאָרן פֿון
גאָט צו געבן די נחלה פֿון אונדזער ברודער צ ָלפֿ ָחדן צו ז ַײנע
טעכטער 3 .און אַז זײ װעלן װערן פֿאַר װ ַײבער צו אײנעם פֿון די זין
פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,װעט זײער נחלה געמינערט
װערן פֿון דער נחלה פֿון אונדזערע פֿאָטערס ,און װעט צוגעלײגט
װערן צו דער נחלה פֿון דעם שבֿט װאָס זײ װעלן צו אים געהערן;
אַזױ װעט געמינערט װערן פֿון דעם גוֹרל פֿון אונדזער נחלה 4 .אַפֿילו
אַז יוֹבֿל װעט ז ַײן ב ַײ די קינדער פֿון ישׂראל ,װעט זײער נחלה בל ַײבן
צוגעלײגט צו דער נחלה פֿון דעם שבֿט װאָס זײ װעלן צו אים
געהערן ,און זײער נחלה װעט געמינערט װערן פֿון דער נחלה פֿון
אונדזערע פֿאָטערס.