Page 93 - Bamidber
P. 93
במדבר
5האָט משה באַפֿױלן די קינדער פֿון ישׂראל לױט דעם מױל פֿון גאָט,
אַזױ צו זאָגן :גערעכט טענהט דער שבֿט פֿון די קינדער פֿון יוֹסף6 .
דאָס איז די זאַך װאָס גאָט האָט באַפֿױלן װעגן די טעכטער פֿון
צ ָלפֿ ָחדן ,אַזױ צו זאָגן :זײ מעגן װערן פֿאַר װ ַײבער צו דעם װאָס װעט
װוילגעפֿעלן אין זײערע אױגן ,אָבער אין דער משפּחה פֿון דעם שבֿט
פֿון זײער פֿאָטער זאָלן זײ װערן פֿאַר װ ַײבער 7 .כּדי אַ נחלה פֿון די
קינדער פֿון ישׂראל זאָל ניט איבערגײן פֿון שבֿט צו שבֿט; נ ַײערט די
קינדער פֿון ישׂראל זאָלן ז ַײן באַהעפֿט איטלעכער אָן דער נחלה פֿון
דעם שבֿט פֿון ז ַײנע פֿאָטערס 8 .און יעטװעדער טאָכטער פֿון די
שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,װאָס ירשעט אַ נחלה ,מוז װערן
פֿאַר אַ װ ַײב צו אײנעם פֿון דער משפּחה פֿון איר פֿאָטערס שבֿט; כּדי
די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן ירשען איטלעכער די נחלה פֿון ז ַײנע
פֿאָטערס 9 .און אַ נחלה זאָל ניט איבערגײן פֿון אײן שבֿט צו אַן
אַנדער שבֿט; נ ַײערט די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן ז ַײן
באַהעפֿט איטלעכער אָן ז ַײן נחלה.
10אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן ,אַזױ האָבן די טעכטער פֿון
צ ָלפֿ ָחדן געטאָן 11 .און ַמח ָלהִ ,תּר ָצה ,און ָחג ָלה ,און ִמל ָכּה ,און
נוֹ ָעה ,די טעכטער פֿון צ ָלפֿ ָחדן ,ז ַײנען געװאָרן פֿאַר װ ַײבער צו די זין
פֿון זײערע פֿעטערס 12 .אין די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מנשה
דעם זון פֿון יוֹספֿן ז ַײנען זײ געװאָרן פֿאַר װ ַײבער ,און זײער נחלה
איז געבליבן אין דעם שבֿט פֿון זײער פֿאָטערס משפּחה.
13דאָס ז ַײנען די געבאָט און די געזעצן װאָס גאָט האָט געבאָטן די
קינדער פֿון ישׂראל דורך משהן אין די פּלױנען פֿון מואָבֿ ב ַײם ַירדן
לעבן יריחו.
© 2004 Dworkins and Leonard Prager. All Rights Reserved.