Page 89 - Bamidber
P. 89

‫במדבר‬

‫‪ 11‬און דער געמאַרק זאָל אַראָפּנידערן פֿון שפֿם ביז ִרבֿ ָלה‪ ,‬אין מזרח‬
‫פֿון ַע ִין; און דער געמאַרק זאָל אַראָפּנידערן און זיך אָנשטױסן אָן‬
‫דעם באַרגרוקן פֿון ים ִכֶּנ ֶרת‪ ,‬צו מזרח‪ 12 .‬און דער געמאַרק זאָל‬
‫אַראָפּנידערן צום ַירדן‪ ,‬און ז ַײן אױסלאָז זאָל ז ַײן דער ַים‪ַ -‬ה ֶמ ַלח‪.‬‬

       ‫דאָס זאָל א ַײך ז ַײן דאָס לאַנד לױט אירע געמאַרקן רונד אַרום‪.‬‬

‫‪ 13‬און משה האָט באַפֿױלן די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬דאָס‬
‫איז דאָס לאַנד װאָס איר זאָלט עס זיך אַרבן לױט גוֹרל‪ ,‬װאָס גאָט‬
‫האָט באַפֿױלן צו געבן צו די נ ַײן שבֿטים און דעם האַלבן שבֿט‪14 .‬‬
‫װאָרום דער שבֿט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן לױט זײערע‬
‫פֿאָטערה ַײזער‪ ,‬און דער שבֿט פֿון די קינדער פֿון ָגד לױט זײערע‬
‫פֿאָטערה ַײזער‪ ,‬האָבן געקריגן‪ ,‬און האַלב שבֿט מנשה האָבן געקריגן‪,‬‬
‫זײער נחלה‪ 15 .‬די צװײ שבֿטים און דער האַלבער שבֿט האָבן‬
‫געקריגן זײער נחלה פֿון דער ז ַײט ַירדן לעבן יריחו‪ ,‬צו מזרח‪ ,‬צו‬

                                                           ‫זונאױפֿגאַנג‪.‬‬

‫‪ 16‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 17 :‬דאָס ז ַײנען די‬
‫נעמען פֿון די מענער װאָס זאָלן אַרבן פֿאַר א ַײך דאָס לאַנד‪ֶ :‬אל ָעָזר‬
‫דער כֹּהן‪ ,‬און יהוֹשו ַע דער זון פֿון נון‪ 18 .‬און איר זאָלט נעמען צו‬
‫אײן פֿירשט‪ ,‬צו אײן פֿירשט פֿון אַ שבֿט‪ ,‬צו אַרבן דאָס לאַנד‪ 19 .‬און‬
‫דאָס ז ַײנען די נעמען פֿון די מענער‪ :‬פֿאַר שבֿט יהודה‪ָ ,‬כּ ֵלבֿ דער זון‬
‫פֿון יפֿוֶנהן‪ 20 .‬און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון‪ ,‬שמואל‬
‫דער זון פֿון ַעמיהודן‪ 21 .‬פֿאַר שבֿט בנימין‪ֶ ,‬אלי ָדד דער זון פֿון‬
‫ִכּסלוֹנען‪ 22 .‬און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון ָדן‪ ,‬דער פֿירשט‬
‫בוקי דער זון פֿון ָיגלין‪ 23 .‬פֿאַר די קינדער פֿון יוֹסף‪ :‬פֿאַר דעם שבֿט‬
‫פֿון די קינדער פֿון מנשה‪ ,‬דער פֿירשט ַחני ֵאל דער זון פֿון ֵאפֿוֹדן; ‪24‬‬
‫און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים‪ ,‬דער פֿירשט קמו ֵאל‬
‫דער זון פֿון ִשפֿ ָטנען‪ 25 .‬און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון‬
‫זבֿולון‪ ,‬דער פֿירשט ֶאלי ָצפֿן דער זון פֿון פּרָנכן‪ 26 .‬און פֿאַר דעם‬
‫שבֿט פֿון די קינדער פֿון ִישׂ ָשׂ ָכר‪ ,‬דער פֿירשט פּלטי ֵאל דער זון פֿון‬
‫ַעָזנען‪ 27 .‬און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אָשר‪ ,‬דער פֿירשט‬
‫אַחיהוד דער זון פֿון שלוֹמין‪ 28 ,‬און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער‬
‫פֿון נפֿ ָתּלי‪ ,‬דער פֿירשט פּ ָדה ֵאל דער זון פֿון ַעמיהודן‪ 29 .‬דאָס ז ַײנען‬
‫די װעמען גאָט האָט באַפֿױלן צו מאַכן אַרבן די קינדער פֿון ישׂראל‬

                                                         ‫אין לאַנד כַּנ ַען‪.‬‬
   84   85   86   87   88   89   90   91   92   93   94