Page 83 - Bamidber
P. 83

‫במדבר‬

‫געגעבן װערן ד ַײנע קנעכט צום אײגנטום; זאָלסט אונדז ניט‬
                                                ‫אַריבערפֿירן דעם ַירדן‪.‬‬

‫‪ 6‬האָט משה געזאָגט צו די קינדער פֿון ָגד און צו די קינדער פֿון‬
‫ראובֿן‪ :‬א ַײערע ברידער זאָלן גײן אין מלחמה‪ ,‬און איר זאָלט זיצן‬
‫דאָ? ‪ 7‬און פֿאַר װאָס זאָלט איר אָפּקערן דאָס האַרץ פֿון די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל פֿון אַריבערצוגײן אין דעם לאַנד װאָס גאָט האָט זײ‬
‫געגעבן? ‪ 8‬אַזױ האָבן געטאָן א ַײערע עלטערן‪ ,‬װען איך האָב זײ‬
‫געשיקט פֿון ָק ֵדש‪-‬ברֵנ ַע אָנצוקוקן דאָס לאַנד‪ 9 .‬װאָרום זײ ז ַײנען‬
‫אַרױפֿגעגאַנגען ביזן טאָל ֶאשכּוֹל‪ ,‬און האָבן אָנגעקוקט דאָס לאַנד‪,‬‬
‫און זײ האָבן אָפּגעקערט דאָס האַרץ פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬ניט‬
‫צו גײן אין דעם לאַנד‪ ,‬װאָס גאָט האָט זײ געגעבן‪ 10 .‬און דער צאָרן‬
‫פֿון גאָט האָט געגרימט אין יענעם טאָג‪ ,‬און ער האָט געשװאָרן‪ ,‬אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ 11 :‬אױב די מענטשן װאָס ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון ִמצ ַר ִים‪,‬‬
‫פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער‪ ,‬װעלן אָנזען די ערד‪ ,‬װאָס איך‬
‫האָב צוגעשװאָרן צו אַבֿרהמען‪ ,‬צו יצחקן‪ ,‬און צו יעקבֿן! װ ַײל זײ‬
‫ז ַײנען ניט געגאַנגען געטר ַײ נאָך מיר‪ 12 .‬אַחוץ ָכּ ֵלבֿ דער זון פֿון‬
‫יפֿוֶנהן‪ ,‬דער ק ִנזי‪ ,‬און יהוֹשו ַע דער זון פֿון נון‪ ,‬װ ַײל זײ ז ַײנען‬
‫געגאַנגען געטר ַײ נאָך גאָט‪ 13 .‬און דער צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט‬
‫אױף ישׂראל‪ ,‬און ער האָט זײ געמאַכט װאָגלען אין דער מדבר‬
‫פֿערציק יאָר‪ ,‬ביז דער גאַנצער ָדור װאָס האָט געטאָן דאָס שלעכטס‬
‫אין די אױגן פֿון גאָט‪ ,‬איז פֿאַרלענדט געװאָרן‪ 14 .‬און אָט ז ַײט איר‬
‫אױפֿגעשטאַנען אױף דעם אָרט פֿון א ַײערע עלטערן‪ ,‬אַ געזינדל פֿון‬
‫זינדיקע מענטשן‪ ,‬נאָך צוצולײגן צו דעם גרימצאָרן פֿון גאָט אױף‬
‫ישׂראל‪ 15 .‬װאָרום אַז איר קערט זיך אָפּ פֿון הינטער אים‪ ,‬װעט ער‬
‫זײ װידער לאָזן אין דער מדבר‪ ,‬און איר װעט אומברענגען דאָס‬

                                                 ‫דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק‪.‬‬

‫‪ 16‬האָבן זײ גענענט צו אים‪ ,‬און האָבן געזאָגט‪ :‬שאָפֿגעהעפֿטן פֿאַר‬
‫אונדזער פֿי װעלן מיר דאָ בױען‪ ,‬און שטעט פֿאַר אונדזערע קלײנע‬
‫קינדער‪ 17 .‬אָבער מיר אַלײן װעלן ז ַײן גרײט באַװאָפֿנט פֿאַרױס פֿאַר‬
‫די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬ביז װאַנען מיר האָבן זײ געבראַכט אױף זײער‬
‫אָרט; און אונדזערע קלײנע קינדער װעלן זיצן אין די באַפֿעסטיקטע‬
‫שטעט פֿון װעגן די באַװוינער פֿון לאַנד‪ 18 .‬מיר װעלן זיך ניט‬
‫אומקערן אין אונדזערע ה ַײזער‪ ,‬ביז די קינדער פֿון ישׂראל אַרבן‬
‫איטלעכער ז ַײן אַרבונג‪ 19 .‬װאָרום מיר װעלן ניט אַרבן מיט זײ אױף‬
   78   79   80   81   82   83   84   85   86   87   88