Page 81 - Bamidber
P. 81

‫במדבר‬

‫צװישן דער גאַנצער עדה‪ 28 .‬און זאָלסט אָפּשײדן אַן אָפּגאָב צו גאָט‬
‫פֿון די מלחמה‪-‬ל ַײט װאָס ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען אין חיל; אײן שטיק‬
‫פֿון פֿינף הונדערט‪ ,‬פֿון די מענטשן‪ ,‬און פֿון די רינדער‪ ,‬און פֿון די‬
‫אײזלען‪ ,‬און פֿון די שאָף‪ 29 .‬פֿון זײער העלפֿט זאָלט איר עס נעמען;‬
‫און זאָלסט עס געבן צו ֶאל ָעָזר דעם כֹּהן‪ ,‬אַן אָפּשײדונג צו גאָט‪30 .‬‬
‫און פֿון דער העלפֿט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל זאָלסטו נעמען אײנס‬
‫אַרױסגענומען פֿון פֿופֿציק‪ ,‬פֿון די מענטשן‪ ,‬פֿון די רינדער‪ ,‬פֿון די‬
‫אײזלען‪ ,‬און פֿון די שאָף – פֿון אַלע בהמות; און זאָלסט זײ געבן צו‬

              ‫די ל ִוִיים‪ ,‬װאָס היטן די היטונג פֿון דעם ִמשכּן פֿון גאָט‪.‬‬

‫‪ 31‬און משה און ֶאל ָעָזר דער כֹּהן האָבן געטאָן אַזױ װי גאָט האָט‬
‫באַפֿױלן משהן‪ 32 .‬און דער טר ַײברױב װאָס איז געבליבן נאָך דעם‬
‫רױב װאָס דאָס חיל‪-‬פֿאָלק האָט גערױבט‪ ,‬איז געװען‪ :‬שאָף‪ ,‬זעקס‬
‫הונדערט טױזנט און זיבעציק טױזנט און פֿינף טױזנט; ‪ 33‬און‬
‫רינדער‪ ,‬צװײ און זיבעציק טױזנט; ‪ 34‬און אײזלען‪ ,‬אײן און זעכציק‬
‫טױזנט; ‪ 35‬און נפֿשות פֿון מענטשן‪ ,‬פֿון װ ַײבספּאַרשױנען װאָס האָבן‬
‫ניט געװוּסט פֿון ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן – אַלע נפֿשות‪ ,‬צװײ און‬
‫דר ַײסיק טױזנט‪ 36 .‬און אַ העלפֿט‪ ,‬דער חלק פֿון די װאָס ז ַײנען‬
‫אַרױסגעגאַנגען אין חיל – די צאָל פֿון די שאָף‪ ,‬איז געװען דר ַײ‬
‫הונדערט טױזנט און דר ַײסיק טױזנט און זיבן טױזנט און פֿינף‬
‫הונדערט‪ 37 .‬און די אָפּגאָב צו גאָט פֿון די שאָף איז געװען זעקס‬
‫הונדערט און פֿינף און זיבעציק‪ 38 .‬און די רינדער‪ ,‬זעקס און‬
‫דר ַײסיק טױזנט‪ ,‬און די אָפּגאָב פֿון זײ צו גאָט‪ ,‬צװײ און זיבעציק‪39 .‬‬
‫און אײזלען‪ ,‬דר ַײסיק טױזנט און פֿינף הונדערט; און די אָפּגאָב פֿון‬
‫זײ צו גאָט‪ ,‬אײן און זעכציק‪ 40 .‬און נפֿשות פֿון מענטשן‪ ,‬זעכצן‬
‫טױזנט; און די אָפּגאָב פֿון זײ צו גאָט‪ ,‬צװײ און דר ַײסיק נפֿשות‪41 .‬‬
‫און משה האָט איבערגעגעבן די אָפּגאָב פֿון גאָטס אָפּשײדונג צו‬
‫ֶאל ָעָזר דעם כֹּהן‪ ,‬אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן‪ 42 .‬און פֿון דער‬
‫העלפֿט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬װאָס משה האָט אַראָפּגענומען ב ַײ‬
‫די מענער װאָס ז ַײנען געװען אין חיל – ‪ 43‬און די העלפֿט פֿון דער‬
‫עדה איז געװען‪ :‬פֿון די שאָף‪ ,‬דר ַײ הונדערט טױזנט און דר ַײסיק‬
‫טױזנט און זיבן טױזנט און פֿינף הונדערט; ‪ 44‬און רינדער‪ ,‬זעקס און‬
‫דר ַײסיק טױזנט; ‪ 45‬און אײזלען‪ ,‬דר ַײסיק טױזנט און פֿינף הונדערט;‬
‫‪ 46‬און נפֿשות פֿון מענטשן‪ ,‬זעכצן טױזנט – ‪ 47‬פֿון דער העלפֿט פֿון‬
‫די קינדער פֿון ישׂראל האָט משה גענומען אײנס אַרױסגענומען פֿון‬
‫פֿופֿציק‪ ,‬פֿון די מענטשן‪ ,‬און פֿון די בהמות‪ ,‬און ער האָט זײ געגעבן‬
   76   77   78   79   80   81   82   83   84   85   86