Page 82 - Bamidber
P. 82
במדבר
צו די ל ִוִיים ,װאָס היטן די היטונג פֿון דעם ִמשכּן פֿון גאָט ,אַזױ װי
גאָט האָט משהן באַפֿױלן.
48און די אױפֿגעזעצטע װאָס איבער די טױזנטן פֿון חיל ,די
עלטסטע פֿון טױזנט ,און די עלטסטע פֿון הונדערט ,האָבן גענענט צו
משהן; 49און זײ האָבן געזאָגט צו משהן :ד ַײנע קנעכט האָבן
אױפֿגענומען די צאָל פֿון די מלחמה-ל ַײט װאָס אונטער אונדזער
האַנט ,און קײנער פֿון אונדז איז ניט געמינערט געװאָרן 50 .האָבן
מיר געבראַכט אַ מתּנה צו גאָט ,איטלעכער װאָס ער האָט געפֿונען,
גילדערנע זאַכן ,אָרעמבענדער ,און האַנטקײטלעך ,פֿינגערלעך,
אױרינגען ,און האַלדזבענדער ,מכפּר צו ז ַײן אױף אונדזער זעל פֿאַר
גאָט.
51האָבן משה און ֶאל ָעָזר דער כֹּהן צוגענומען פֿון זײ דאָס גאָלד,
אַלערלײ אױסגעאַרבעטע זאַכן 52 .און דאָס גאַנצע גאָלד פֿון דער
אָפּשײדונג װאָס זײ האָבן אָפּגעשײדט צו גאָט ,איז געװען זעכצן
טױזנט זיבן הונדערט און פֿופֿציק ֶשקל ,פֿון די עלטסטע פֿון טױזנט,
און פֿון די עלטסטע פֿון הונדערט 53 – .די חילס-ל ַײט האָבן גערױבט
איטלעכער פֿאַר זיך 54 – .און משה און ֶאל ָעָזר דער כֹּהן האָבן
צוגענומען דאָס גאָלד פֿון די עלטסטע פֿון טױזנט און פֿון הונדערט,
און האָבן עס געבראַכט אין אוֹהל-מוֹעד ,אַ דערמאָנונג אָן די קינדער
פֿון ישׂראל פֿאַר גאָט.
1און די קינדער פֿון ראובֿן און די קינדער פֿון ָגד האָבן
געהאַט פֿיל פֿי ,זײער אַ סך ,און זײ האָבן געזען דאָס לאַנדלב
ַי ְעֵזר און דאָס לאַנד ִגל ָעד ,ערשט דער אָרט איז אַן אָרט פֿאַר פֿי2 .
ז ַײנען די קינדער פֿון ָגד און די קינדער פֿון ראובֿן געקומען ,און זײ
האָבן געזאָגט צו משהן ,און צו ֶאל ָעָזר דעם כֹּהן ,און צו די פֿירשטן
פֿון דער עדה ,אַזױ צו זאָגןַ 3 :ע ָטרוֹת ,און דיבֿוֹן ,און ַי ְעֵזר ,און ִנמ ָרה,
און ֶחשבוֹן ,און ֶאל ָע ֵלה ,און שׂבֿם ,און נבֿוֹ ,און בעוֹן 4 ,דאָס לאַנד
װאָס גאָט האָט געשלאָגן פֿאַר דער עדה פֿון ישׂראל ,איז אַ לאַנד פֿאַר
פֿי ,און ד ַײנע קנעכט האָבן פֿי 5 .און זײ האָבן געזאָגט :אױב מיר
האָבן געפֿונען ל ַײטזעליקײט אין ד ַײנע אױגן ,זאָל דאָס דאָזיקע לאַנד