Page 80 - Bamidber
P. 80
במדבר
13ז ַײנען משה ,און ֶאל ָעָזר דער כֹּהן ,און אַלע פֿירשטן פֿון דער עדה,
אַרױסגעגאַנגען זײ אַנטקעגן אױסן לאַגער 14 .און משה האָט
געצערנט אױף די אױפֿגעזעצטע איבערן חיל ,די עלטסטע פֿון
טױזנט ,און די עלטסטע פֿון הונדערט ,װאָס ז ַײנען געקומען פֿון
מלחמה-דינסט 15 .און משה האָט צו זײ געזאָגט :האָט איר געלאָזט
לעבן אַלע װ ַײבספּאַרשױנען? 16דאָס האָבן זײ דאָך ,אױף דעם
אָנרעד פֿון ִבל ָעמען ,געבראַכט די קינדער פֿון ישׂראל צו באַגײן אַ
פֿעלשונג אָן גאָט ,אין דער מעשׂה פֿון פּעוֹר ,און די מגפֿה איז געװען
אױף דער עדה פֿון גאָט 17 .און אַצונד הרגעט יעטװעדער
מאַנספּאַרשױן צװישן די קלײנע קינדער ,און הרגעט יעטװעדער
װ ַײבספּאַרשױן װאָס װײס פֿון אַ מאַן דורך ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן.
18און אַלע קינדער צװישן די װ ַײבספּאַרשױנען װאָס װײסן ניט פֿון
ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן ,זאָלט איר לאָזן לעבן פֿאַר א ַײך 19 .און
איר ,לאַגערט אױסן לאַגער זיבן טעג; איטלעכער װאָס האָט
געהרגעט אַ נפֿש ,און איטלעכער װאָס האָט זיך אָנגערירט אָן אַ
דערשלאָגענעם ,רײניקט א ַײך אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן
טאָג ,איר און א ַײערע געפֿאַנגענע 20 .און יעטװעדער בגד ,און
יעטװעדער זאַך פֿון פֿעל ,און אַלץ װאָס איז געמאַכט פֿון ציגנהאָר,
און יעטװעדער הילצערנע כּלי ,זאָלט איר א ַײך רײניקן.
21און ֶאל ָעָזר דער כֹּהן האָט געזאָגט צו די חילס-ל ַײט װאָס ז ַײנען
געגאַנגען אין מלחמה :דאָס איז דאָס געזעץ פֿון דער תּוֹרה װאָס גאָט
האָט באַפֿױלן משהן 22 :אָבער דאָס גאָלד ,און דאָס זילבער ,דאָס
קופּער ,דאָס א ַײזן ,דאָס צין ,און דאָס בל ַײ 23 ,אַלץ װאָס קען קומען
אין פֿ ַײער ,זאָלט איר מאַכן דורכגײן דורך פֿ ַײער ,און עס װעט װערן
רײן; נאָר עס מוז גערײניקט װערן מיט שפּרענגװאַסער .און אַלץ
װאָס קען ניט קומען אין פֿ ַײער ,זאָלט איר מאַכן דורכגײן דורך
װאַסער 24 .און איר זאָלט װאַשן א ַײערע קלײדער אױפֿן זיבעטן טאָג,
און איר װעט װערן רײן ,און דערנאָך מעגט איר אַר ַײנקומען אין
לאַגער.
25און גאָט האָט געזאָגט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 26 :נעם אױף די
צאָל פֿון דעם געפֿאַנגענעם טר ַײברױב ,פֿון מענטשן און פֿון בהמות,
דו און ֶאל ָעָזר דער כֹּהן ,און די הױפּטל ַײט פֿון די פֿאָטערה ַײזער פֿון
דער עדה 27 .און זאָלסט צעטײלן דעם טר ַײברױב אין העלפֿט ,צװישן
די מלחמה-האַלטערס װאָס ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען אין חיל ,און