Page 78 - Bamidber
P. 78

‫במדבר‬

‫‪ 3‬אַז אַ מאַן װעט טאָן אַ נדר צו גאָט‪ ,‬אָדער שװערן אַ שבֿועה‪ ,‬צו‬
‫אַסרן אױף זיך אַן איסור‪ ,‬זאָל ער ניט פֿאַרשװעכן ז ַײן װאָרט; אַזױ װי‬
‫אַלץ װאָס גײט אַרױס פֿון ז ַײן מױל‪ ,‬זאָל ער טאָן‪ 4 .‬און אַז אַ‬
‫װ ַײבספּאַרשױן װעט טאָן אַ נדר צו גאָט‪ ,‬און װעט אַסרן אױף זיך אַן‬
‫איסור‪ ,‬אין איר פֿאָטערס הױז‪ ,‬אין איר יוגנט‪ 5 ,‬און איר פֿאָטער‬
‫װעט הערן איר נדר‪ ,‬אָדער איר איסור װאָס זי האָט געאַסרט אױף‬
‫זיך‪ ,‬און איר פֿאָטער װעט איר צושװ ַײגן‪ ,‬זאָלן אַלע אירע נדרים‬
‫באַשטײן‪ ,‬און איטלעכער איסור װאָס זי האָט געאַסרט אױף זיך‪ ,‬זאָל‬
‫באַשטײן‪ 6 .‬אױב אָבער איר פֿאָטער האָט איר געװערט אין דעם טאָג‬
‫װאָס ער האָט געהערט‪ ,‬זאָלן אַלע אירע נדרים‪ ,‬און אירע איסורים‬
‫װאָס זי האָט געאַסרט אױף זיך‪ ,‬ניט באַשטײן; און גאָט װעט איר‬
‫פֿאַרגעבן‪ ,‬װ ַײל איר פֿאָטער האָט איר געװערט‪ 7 .‬און אױב זי װעט‬
‫נעמען אַ מאַן‪ ,‬װען אירע נדרים ז ַײנען אױף איר‪ ,‬אָדער דער‬
‫אַרױסרעד פֿון אירע ליפּן‪ ,‬װאָס זי האָט געאַסרט אױף זיך‪ 8 ,‬און איר‬
‫מאַן װעט הערן – אין װאָסער טאָג ער װעט הערן – און ער װעט‬
‫איר צושװ ַײגן‪ ,‬זאָלן באַשטײן אירע נדרים‪ ,‬און אירע איסורים װאָס‬
‫זי האָט געאַסרט אױף זיך‪ ,‬זאָלן באַשטײן‪ 9 .‬אױב אָבער איר מאַן‬
‫װעט איר װערן אין דעם טאָג װאָס ער הערט‪ ,‬זאָל ער פֿאַרשטערן‬
‫איר נדר װאָס אױף איר‪ ,‬און דעם אַרױסרעד פֿון אירע ליפּן‪ ,‬װאָס זי‬
‫האָט געאַסרט אױף זיך‪ ,‬און גאָט װעט איר פֿאַרגעבן‪ 10 .‬אָבער דער‬
‫נדר פֿון אַן אַלמנה און אַ גרושה‪ ,‬אַלץ װאָס זי האָט געאַסרט אױף‬
‫זיך‪ ,‬זאָל באַשטײן פֿאַר איר‪ 11 .‬און אױב אַ פֿרױ האָט אַ נדר געטאָן‬
‫אין הױז פֿון איר מאַן‪ ,‬אָדער זי האָט געאַסרט אױף זיך אַן איסור‬
‫דורך אַ שבֿועה‪ 12 ,‬און איר מאַן האָט געהערט‪ ,‬און האָט איר‬
‫צוגעשװיגן‪ ,‬און איר ניט געװערט‪ ,‬זאָלן אַלע אירע נדרים באַשטײן‪,‬‬
‫און איטלעכער איסור װאָס זי האָט געאַסרט אױף זיך‪ ,‬זאָל באַשטײן‪.‬‬
‫‪ 13‬אױב אָבער פֿאַרשטערן װעט זײ פֿאַרשטערן איר מאַן אין דעם‬
‫טאָג װאָס ער הערט‪ ,‬זאָל קײן אַרױסלאָז פֿון אירע ליפּן‪ ,‬פֿון אירע‬
‫נדרים‪ ,‬אָדער פֿון אַן איסור אױף זיך‪ ,‬ניט באַשטײן; איר מאַן האָט זײ‬
‫פֿאַרשטערט‪ ,‬און גאָט װעט איר פֿאַרגעבן‪ 14 .‬איטלעכער נדר‪ ,‬און‬
‫איטלעכער געשװאָרענער איסור‪ ,‬אױף צו פּ ַײניקן די זעל‪ ,‬קען איר‬
‫מאַן עס לאָזן באַשטײן‪ ,‬און איר מאַן קען עס פֿאַרשטערן‪ 15 .‬אױב‬
‫אָבער צושװ ַײגן װעט איר צושװ ַײגן איר מאַן אַ מעת‪-‬לעת‪ ,‬האָט ער‬
‫געמאַכט באַשטײן אַלע אירע נדרים‪ ,‬אָדער אַלע אירע איסורים װאָס‬
‫אױף איר; ער האָט זײ געמאַכט באַשטײן װ ַײל ער האָט איר‬
‫צוגעשװיגן אין דעם טאָג װאָס ער האָט געהערט‪ 16 .‬און אױב‬
   73   74   75   76   77   78   79   80   81   82   83