Page 76 - Bamidber
P. 76
במדבר
מקריבֿ ז ַײן אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט :דר ַײצן
יונגע אָקסן ,צװײ װידערס ,פֿערצן שעפּסן יאָריקע; אָן אַ פֿעלער זאָלן
זײ ז ַײן 14 .און זײער שפּ ַײזאָפּפֿער :זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל,
דר ַײ צענטל צו איטלעכן אָקס פֿון די דר ַײצן אָקסן ,צװײ צענטל צו
איטלעכן װידער פֿון די צװײ װידערס 15 ,און צו צענטל ,צו צענטל
פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די פֿערצן שעפּסן 16 .און אײן ציגנבאָק אַ
זינדאָפּפֿער .אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער .ז ַײן שפּ ַײזאָפּפֿער
און ז ַײן גיסאָפּפֿער.
17און אױפֿן צװײטן טאָג :צװעלף יונגע אָקסן ,צװײ װידערס ,פֿערצן
שעפּסן יאָריקע ,אָן אַ פֿעלער 18 .און זײער שפּ ַײזאָפּפֿער און זײערע
גיסאָפּפֿער ,צו די אָקסן ,צו די װידערס ,און צו די שעפּסן ,לױט זײער
צאָל ,אַזױ װי דער דין 19 .און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער .אַחוץ
דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און ז ַײן שפּ ַײזאָפּפֿער ,און זײערע
גיסאָפּפֿער.
20און אױפֿן דריטן טאָג :עלף יונגע אָקסן ,צװײ װידערס ,פֿערצן
שעפּסן יאָריקע ,אָן אַ פֿעלער 21 .און זײער שפּ ַײזאָפּפֿער און זײערע
גיסאָפּפֿער ,צו די אָקסן ,צו די װידערס ,און צו די שעפּסן ,לױט זײער
צאָל אַזױ װי דער דין 22 .און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער .אַחוץ דעם
שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און ז ַײן שפּ ַײזאָפּפֿער און ז ַײן גיסאָפּפֿער.
23און אױפֿן פֿירטן טאָג :צען אָקסן ,צװײ װידערס ,פֿערצן שעפּסן
יאָריקע ,אָן אַ פֿעלער 24 .און זײער שפּ ַײזאָפּפֿער און זײערע
גיסאָפּפֿער ,צו די אָקסן ,צו די װידערס ,און צו די שעפּסן ,לױט זײער
צאָל אַזױ װי דער דין 25 .און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער .אַחוץ דעם
שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער ,ז ַײן שפּ ַײזאָפּפֿער ,און ז ַײן גיסאָפּפֿער.
26און אױפֿן פֿינפֿטן טאָג :נ ַײן אָקסן ,צװײ װידערס ,פֿערצן שעפּסן
יאָריקע ,אָן אַ פֿעלער 27 .און זײער שפּ ַײזאָפּפֿער און זײערע
גיסאָפּפֿער ,צו די אָקסן ,צו די װידערס ,און צו די שעפּסן ,לױט זײער
צאָל אַזױ װי דער דין 28 .און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער .אַחוץ דעם
שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און ז ַײן שפּ ַײזאָפּפֿער ,און ז ַײן גיסאָפּפֿער.