Page 73 - Bamidber
P. 73
במדבר
זאָל שטײן פֿאַר ֶאל ָעָזר דעם כֹּהן ,און ער װעט פֿרעגן פֿאַר אים דעם
באַשײד פֿון די אורים פֿאַר גאָט .לױט ז ַײן מױל זאָלן זײ אַרױסגײן,
און לױט ז ַײן מױל זאָלן זײ אַר ַײנקומען ,ער און גאַנץ ישׂראל מיט
אים – די גאַנצע עדה.
22האָט משה געטאָן אַזױ װי גאָט האָט אים באַפֿױלן ,און ער האָט
גענומען יהוֹשוען ,און האָט אים געשטעלט פֿאַר ֶאל ָעָזר דעם כֹּהן,
און פֿאַר דער גאַנצער עדה 23 .און ער האָט אָנגעלענט ז ַײנע הענט
אױף אים ,און האָט אים איבערגעגעבן ז ַײן ַצ ָװ ֶאה ,אַזױ װי גאָט האָט
גערעדט דורך משהן.
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :באַפֿעל
די קינדער פֿון ישׂראל ,און זאָלסט זאָגן צו זײ :מ ַײן קרבן,כח
מ ַײן שפּ ַײז פֿון מ ַײנע פֿ ַײעראָפּפֿער ,פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו מיר,
זאָלט איר היטן מקריבֿ צו ז ַײן צו מיר אין ז ַײן געשטעלטער צ ַײט3 .
און זאָלסט זאָגן צו זײ :דאָס איז דאָס פֿ ַײעראָפּפֿער װאָס איר זאָלט
מקריבֿ ז ַײן צו גאָט :צװײ שעפּסן יאָריקע ,אָן אַ פֿעלער ,אַ טאָג ,אַ
שטענדיק בראַנדאָפּפֿער 4 .אײן שעפּס זאָלסטו מאַכן אין דער פֿרי,
און דעם צװײטן זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט 5 .און אַ צענטל ֵאיפֿה
זעמלמעל פֿאַר אַ שפּ ַײזאָפּפֿער ,פֿאַרמישט מיט געשלאָגענעם אײל ,אַ
פֿערטל הין 6 .אַ שטענדיק בראַנדאָפּפֿער ,אַזױ װי עס איז געמאַכט
געװאָרן ב ַײם באַרג סיַני ,פֿאַר אַ געשמאַקן ריח ,אַ פֿ ַײעראָפּפֿער צו
גאָט 7 .און ז ַײן גיסאָפּפֿער :אַ פֿערטל הין צו דעם אײן שעפּס; אין
הײליקטום זאָלסטו גיסן דאָס גיסאָפּפֿער פֿון שטאַרקן געטראַנק צו
גאָט 8 .און דעם צװײטן שעפּס זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט; אַזױ װי
דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי ,און אַזױ װי ז ַײן גיסאָפּפֿער,
זאָלסטו מאַכן ,אַ פֿ ַײעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט.
9און אין טאָג פֿון שבת :צװײ שעפּסן יאָריקע אָן אַ פֿעלער ,און צװײ
צענטל זעמלמעל ,אַ שפּ ַײזאָפּפֿער ,פֿאַרמישט מיט אײל ,מיט ז ַײן
גיסאָפּפֿער; 10אַ בראַנדאָפּפֿער פֿון שבת אין שבת ,אַחוץ דעם
שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און ז ַײן גיסאָפּפֿער.
11און אין א ַײערע רֹאש-חוֹדשן זאָלט איר מקריבֿ ז ַײן אַ
בראַנדאָפּפֿער צו גאָט :צװײ יונגע אָקסן ,און אײן װידער; זיבן