Page 46 - Bamidber
P. 46

‫במדבר‬

‫דאָזיקע‪ ,‬װאָס האָבן פֿאַרזינדיקט זײערע נפֿשות‪ ,‬פֿון זײ זאָל מען‬
‫מאַכן אױסגעשלאָגענע בלעכן‪ ,‬אַן איבערצוג צום מזבח‪ ,‬װאָרום מע‬
‫האָט זײ געבראַכט פֿאַר גאָט‪ ,‬און זײ ז ַײנען געװאָרן הײליק; און זײ‬
‫זאָלן ז ַײן פֿאַר אַ צײכן צו די קינדער פֿון ישׂראל‪ 4 .‬האָט ֶאל ָעָזר דער‬
‫כֹּהן גענומען די קופּערנע פֿ ַײערפֿאַנען‪ ,‬װאָס די פֿאַרברענטע האָבן‬
‫געבראַכט‪ ,‬און מע האָט זײ אױסגעשלאָגן פֿאַר אַן איבערצוג צום‬
‫מזבח‪ 5 ,‬אַ דערמאָנונג צי די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬כּדי אַ פֿרעמדער‬
‫מענטש‪ ,‬װאָס איז ניט פֿון דעם זאָמען פֿון אַהרן‪ ,‬זאָל ניט גענענען צו‬
‫ר ַײכערן װ ַײרױך פֿאַר גאָט‪ ,‬אַז ער זאָל ניט װערן אַזױ װי קרח און‬
 ‫אַזױ װי ז ַײן געזעמל; אַזױ װי גאָט האָט גערעדט צו אים דורך משהן‪.‬‬

‫‪ 6‬און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט אױף מאָרגן‬
‫געמורמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬איר האָט‬
‫געטײט דאָס פֿאָלק פֿון גאָט‪ 7 .‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז די עדה האָט‬
‫זיך א ַײנגעזאַמלט אַקעגן משהן און אַקעגען אַהרֹנען‪ ,‬אַזױ האָבן זײ‬
‫זיך אומגעקערט צום אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬ערשט אַ װאָלקן האָט אים‬
‫צוגעדעקט‪ ,‬און די פּראַכט פֿון גאָט האָט זיך באַװיזן‪ 8 .‬און משה און‬
‫אַהרן ז ַײנען צוגעגאַנגען פֿאַרן אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ 9,‬און גאָט האָט גערעדט‬
‫צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 10 :‬שײדט א ַײך אָפּ פֿון צװישן דער דאָזיקער‬
‫עדה‪ ,‬און איך װעל זײ פֿאַרלענדן אין אַ רגע‪ .‬ז ַײנען זײ געפֿאַלן אױף‬
‫זײער פּנים‪ 11 .‬און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען‪ :‬נעם די פֿ ַײערפֿאַן‪,‬‬
‫און לײג אױף איר אַרױף פֿ ַײער פֿון מזבח‪ ,‬און טו אַרױף װ ַײרױך‪ ,‬און‬
‫טראָג אױף גיך צו דער עדה‪ ,‬און ז ַײ מכפּר אױף זײ‪ ,‬װאָרום אַ צאָרן‬
‫איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר גאָט; די מגפֿה האָט זיך אָנגעהױבן‪12 .‬‬
‫האָט אַהרן גענומען‪ ,‬אַזױ װי משה האָט געהײסן‪ ,‬און ער איז‬
‫אַר ַײנגעלאָפֿן אין מיטן פֿון דער עדה; ערשט די מגפֿה האָט זיך‬
‫אָנגעהױבן אין פֿאָלק‪ .‬האָט ער אַרױפֿגעלײגט װ ַײרױך‪ ,‬און מכפּר‬
‫געװען אױפֿן פֿאָלק‪ 13 .‬און ער איז געשטאַנען צװישן די טױטע און‬
‫צװישן די לעבעדיקע; און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן‪ 14 .‬און‬
‫די װאָס ז ַײנען געשטאָרבן אין דער מגפֿה‪ ,‬ז ַײנען געװען פֿערצן טױזנט‬
‫און זיבן הונדערט‪ ,‬אַחוץ די װאָס ז ַײנען געשטאָרבן װעגן דער מעשׂה‬
‫מיט קֹ ַרחן‪ 15 .‬און אַהרן האָט זיך אומגעקערט צו משהן‪ ,‬צום‬

     ‫א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬װען די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן‪.‬‬

‫‪ 16‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 17 :‬רעד צו די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און נעם פֿון זײ צו שטעקן‪ ,‬צו שטעקן פֿון אַ‬
   41   42   43   44   45   46   47   48   49   50   51