Page 37 - Bamidber
P. 37

‫במדבר‬

‫דאָס איז אַ לאַנד װאָס עסט אױף אירע באַװוינער‪ ,‬און דאָס גאַנצע‬
‫פֿאָלק‪ ,‬װאָס מיר האָבן געזען דרינען‪ ,‬ז ַײנען מענטשן פֿון גרױסן‬
‫װוּקס‪ 33 .‬און דאָרטן האָבן מיר געזען די נפֿילים‪ ,‬די זין פֿון ַעָנק װאָס‬
‫פֿון די נפֿילים; און מיר ז ַײנען געװען װי הײשעריקן אין אונדזערע‬

                    ‫אױגן‪ ,‬און אַזױ ז ַײנען מיר געװען אין זײערע אױגן‪.‬‬

‫‪ 1‬האָט די גאַנצע עדה אױפֿגעהױבן און אַרױסגעלאָזט זײער‬

‫ָקול; און דאָס פֿאָלק האָט געװײנט אין יענער נאַכט‪ 2 .‬אוןיד‬

‫אַלע קינדער פֿון ישׂראל האָבן געמורמלט אױף משהן און אױף‬
‫אַהרֹנען‪ ,‬און די גאַנצע עדה האָט צו זײ געזאָגט‪ :‬הלװאַי װאָלטן מיר‬
‫געשטאָרבן אין לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬אָדער הלװאַי װאָלטן מיר געשטאָרבן‬
‫אין דעם דאָזיקן מדבר! ‪ 3‬און נאָך װאָס ברענגט אונדז גאָט אין דעם‬
‫דאָזיקן לאַנד‪ ,‬צו פֿאַלן דורכן שװערד‪ ,‬אונדזערע װ ַײבער און‬
‫אונדזערע קלײנע קינדער זאָלן װערן צו רױב? איז ניט בעסער פֿאַר‬
‫אונדז זיך אומצוקערן קײן ִמצ ַר ִים? ‪ 4‬און זײ האָבן געזאָגט אײנער‬
‫צום אַנדערן‪ :‬לאָמיר מאַכן אַ הױפּטמאַן‪ ,‬און זיך אומקערן קײן‬
‫ִמצ ַר ִים‪ 5 .‬ז ַײנען משה און אַהרן געפֿאַלן אױף זײער פּנים פֿאַר דער‬
‫גאַנצער א ַײנזאַמלונג פֿון דער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ 6 .‬און‬
‫יהוֹשו ַע דער זון פֿון נון‪ ,‬און ָכּ ֵלבֿ דער זון פֿון יפֿוֶנהן‪ ,‬פֿון די װאָס‬
‫האָבן אױסגעקוקט דאָס לאַנד‪ ,‬האָבן צעריסן זײערע קלײדער‪ 7 ,‬און‬
‫האָבן געזאָגט צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ :‬דאָס לאַנד‪ ,‬װאָס מיר ז ַײנען דורכגעגאַנגען דורך דעם‪ ,‬כּדי‬
‫עס אױסצוקוקן‪ ,‬דאָס לאַנד איז זײער זײער גוט‪ 8 .‬אױב גאָט‬
‫באַגערט אונדז‪ ,‬װעט ער אונדז ברענגען אין דעם דאָזיקן לאַנד‪ ,‬און‬
‫װעט עס אונדז געבן – אַ לאַנד װאָס זי פֿליסט מיט מילך און האָניק‪.‬‬
‫‪ 9‬איר זאָלט נאָר ניט װידערשפּעניקן אָן גאָט‪ ,‬און ניט מוֹרא האָבן‬
‫פֿאַר דעם פֿאָלק פֿון לאַנד‪ ,‬װאָרום אונדזער ברױט ז ַײנען זײ; זײער‬
‫שאָטן האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון זײ‪ ,‬און גאָט איז מיט אונדז; איר זאָלט‬
‫ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ‪ 10 .‬האָט די גאַנצע עדה געזאָגט‪ ,‬מע זאָל זײ‬
‫פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער; אָבער די פּראַכט פֿון גאָט האָט זיך באַװיזן‬

                          ‫אין אוֹהל‪-‬מוֹעד צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 11‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ :‬ביז װאַנען װעט דאָס דאָזיקע‬
‫פֿאָלק מיך לעסטערן? און ביז װאַנען װעלן זײ ניט גלױבן אין מיר‪,‬‬
   32   33   34   35   36   37   38   39   40   41   42