Page 32 - Bamidber
P. 32
במדבר
אַזױ װי אַ דערציער טראָגט אַ זױגעדיקן ,צו דעם לאַנד װאָס דו
האָסט צוגעשװאָרן זײערע עלטערן? 13פֿון װאַנען האָב איך פֿלײש,
צו געבן דעם דאָזיקן גאַנצן פֿאָלק ,װאָס זײ װײנען אױף מיר ,אַזױ צו
זאָגן :גיב אונדז פֿלײש ,מיר זאָלן עסן? 14איך אַלײן קען ניט טראָגן
דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק ,װאָרום עס איז צו שװער פֿאַר מיר15 .
און אױב דו טוסט אַזױ צו מיר ,הרגען הרגע מיך ,איך בעט דיך ,אױב
איך האָב געפֿונען ל ַײטזעליקײט אין ד ַײנע אױגן ,און לאָמיך ניט זען
מ ַײן אומגליק.
16האָט גאָט געזאָגט צו משהן :זאַמל מיר א ַײן זיבעציק מאַן פֿון די
עלטסטע פֿון ישׂראל ,די װאָס דו װײסט אַז זײ ז ַײנען די עלטסטע פֿון
פֿאָלק ,און ז ַײנע אױפֿזעערס ,און זאָלסט זײ נעמען צום אוֹהל-מוֹעד,
און זײ זאָלן זיך דאָרטן שטעלן מיט דיר 17 .און איך װעל
אַראָפּנידערן ,און װעל דאָרטן רעדן מיט דיר ,און װעל אָפּשײדן פֿון
דעם ג ַײסט װאָס אױף דיר ,און אַרױפֿטאָן אױף זײ ,און זײ װעלן
מיטטראָגן מיט דיר די לאַסט פֿון פֿאָלק ,און װעסט ניט דאַרפֿן
טראָגן דו אַלײן 18 .און צום פֿאָלק זאָלסטו זאָגן :ברײט א ַײך אָן אױף
מאָרגן ,און איר װעט עסן פֿלײש; װ ַײל איר האָט געװײנט אין די
אױערן פֿון גאָט ,אַזױ צו זאָגן :װען מע זאָל אונדז געבן עסן פֿלײש!
װאָרום אונדז איז געװען װויל אין ִמצ ַר ִים; דרום װעט א ַײך גאָט געבן
פֿלײש ,און איר װעט עסן 19 .ניט אײן טאָג װעט איר עסן ,און ניט
צװײ טעג ,און ניט פֿינף טעג ,און ניט צען טעג ,און ניט צװאַנציק
טעג; 20ביז אַ חוֹדש צ ַײט ,ביז װאַנען עס װעט א ַײך קערן פֿון דער
נאָז ,און װעט א ַײך ז ַײן צום עקל; דערפֿאַר װאָס איר האָט פֿאַראַכט
גאָט װאָס איז צװישן א ַײך ,און האָט געװײנט פֿאַר אים ,אַזױ צו
זאָגן :נאָך װאָס גאָר ז ַײנען מיר אַרױסגעגאַנגען פֿון ִמצ ַר ִים? 21האָט
משה געזאָגט :זעקס הונדערט טױזנט פֿוסגײער איז דאָס פֿאָלק װאָס
איך בין צװישן אים ,און דו זאָגסט :איך װעל זײ געבן פֿלײש ,און זײ
װעלן עסן אַ חוֹדש צ ַײט 22 .װען שאָף און רינדער זאָלן געשאָכטן
װערן פֿאַר זײ ,װעט זײ דען קלעקן? 23אַז אַלע פֿישן פֿון ים זאָלן
א ַײנגעזאַמלט װערן פֿאַר זײ ,װעט זײ דען קלעקן? האָט גאָט געזאָגט
צו משהן :איז די האַנט פֿון גאָט קורץ? אַצונד װעסטו זען ,אױב מ ַײן
װאָרט װעט דיר געשען אָדער ניט.
24איז משה אַרױסגעגאַנגען ,און האָט גערעדט צום פֿאָלק די
װערטער פֿון גאָט; און ער האָט א ַײנגעזאַמלט זיבעציק מאַן פֿון די