Page 28 - Bamidber
P. 28

‫במדבר‬

‫אַזױ װי ז ַײן געזעץ‪ ,‬אַזױ זאָל ער טאָן; אײן דין זאָל ז ַײן ב ַײ א ַײך אי‬
          ‫פֿאַר דעם פֿרעמדן‪ ,‬אי פֿאַר דעם א ַײנגעבאָרענעם פֿון לאַנד‪.‬‬

‫‪ 15‬און אין דעם טאָג װאָס מע האָט אױפֿגעשטעלט דעם ִמשכּן‪ ,‬האָט‬
‫דער װאָלקן צוגעדעקט דעם ִמשכּן‪ ,‬דאָס געצעלט פֿון געזעץ; און אין‬
‫אָװנט פֿלעגט ז ַײן איבערן ִמשכּן אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון פֿ ַײער‪ ,‬ביז‬
‫אין דער פֿרי‪ 16 .‬אַזױ פֿלעגט ז ַײן תּמיד‪ :‬דער װאָלקן פֿלעגט אים‬
‫צודעקן‪ ,‬און דאָס אױסזען פֿון פֿ ַײער ב ַײ נאַכט‪ 17 .‬און װעדליק דער‬
‫װאָלקן פֿלעגט זיך אױפֿהײבן פֿון איבערן געצעלט‪ ,‬אַזױ פֿלעגן‬
‫דערנאָך צִיען די קינדער פֿון ישׂראל; און אין דעם אָרט װאָס דער‬
‫װאָלקן פֿלעגט דאָרטן רוען‪ ,‬דאָרטן פֿלעגן לאַגערן די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל‪ 18 .‬לױט דעם מױל פֿון גאָט פֿלעגן צ ִיען די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל‪ ,‬און לױט דעם מױל פֿון גאָט פֿלעגן זײ לאַגערן; כּל‪-‬זמן דער‬
‫װאָלקן פֿלעגט רוען אױפֿן משכּן‪ ,‬פֿלעגן זײ לאַגערן‪ 19 .‬און אַז דער‬
‫װאָלקן האָט זיך פֿאַרלענגערט אױפֿן ִמשכּן פֿיל טעג‪ ,‬האָבן די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל געהיט די היטונג פֿון גאָט‪ ,‬און פֿלעגן ניט צ ִיען‪ 20 .‬און אַ‬
‫מאָל פֿלעגט דער װאָלקן ז ַײן געצײלטע טעג אױפֿן ִמשכּן; לױט דעם‬
‫מױל פֿון גאָט פֿלעגן זײ לאַגערן‪ ,‬און לױט דעם מױל פֿון גאָט פֿלעגן‬
‫זײ צ ִיען‪ 21 .‬און אַ מאָל פֿלעגט ז ַײן דער װאָלקן פֿון אָװנט ביז אין‬
‫דער פֿרי‪ ,‬און װי דער װאָלקן האָט זיך אױפֿגעהױבן אין דער פֿרי‪ ,‬אַזױ‬
‫האָבן זײ געצױגן; אָדער אַ טאָג מיט אַ נאַכט‪ ,‬און װי דער װאָלקן‬
‫האָט זיך אױפֿגעהױבן‪ ,‬אַזױ האָבן זײ געצױגן‪ 22 .‬צי צװײ טעג‪ ,‬צי אַ‬
‫חוֹדש‪ ,‬צי אַ יאָר – אַז דער װאָלקן האָט זיך פֿאַרלענגערט אױפֿן‬
‫ִמשכּן צו רוען אױף אים‪ ,‬פֿלעגן די קינדער פֿון ישׂראל לאַגערן און‬
‫ניט צִיען‪ ,‬און װי ער האָט זיך אױפֿגעהױבן‪ ,‬פֿלעגן זײ צִיען‪ 23 .‬לױט‬
‫דעם מױל פֿון גאָט פֿלעגן זײ לאַגערן‪ ,‬און לױט דעם מױל פֿון גאָט‬
‫פֿלעגן זײ צ ִיען; זײ האָבן געהיט די היטונג פֿון גאָט‪ ,‬לױט דעם מױל‬

                                                   ‫פֿון גאָט דורך משהן‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬מאַך דיר צװײ‬

‫זילבערנע טרומײטן; געהאַמערט זאָלסטו זײ מאַכן; און זײ זאָלןי‬

‫דיר ז ַײן פֿאַר צונױפֿרופֿן די עדה‪ ,‬און פֿאַר מאַכן צ ִיען די לאַגערן‪3 .‬‬
‫און אַז מע װעט בלאָזן אין זײ‪ ,‬זאָל זיך צונױפֿקומען צו דיר די גאַנצע‬
‫עדה צום א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ 4 .‬און אױב מע װעט בלאָזן אין‬
   23   24   25   26   27   28   29   30   31   32   33