Page 29 - Bamidber
P. 29

‫במדבר‬

‫אײנעם‪ ,‬זאָלן זיך צונױפֿקומען צו דיר די פֿירשטן‪ ,‬די הױפּטל ַײט פֿון‬
‫די טױזנטן פֿון ישׂראל‪ 5 .‬און אַז איר װעט בלאָזן אַ שאַלרוף‪ ,‬זאָלן‬
‫צ ִיען די לאַגערן װאָס לאַגערן צו מזרח‪ 6 .‬און אַז איר װעט בלאָזן אַ‬
‫צװײטן שאַלרוף‪ ,‬זאָלן צ ִיען די לאַגערן װאָס לאַגערן צו ָדרום; אַ‬
‫שאַלרוף זאָל מען בלאָזן פֿאַר זײערע צ ִיונגען‪ 7 .‬אָבער ב ַײם‬
‫א ַײנזאַמלען די א ַײנזאַמלונג זאָלט איר בלאָזן‪ ,‬אָבער ניט אַרױסלאָזן‬
‫אַ שאַלרוף‪ 8 .‬און אַהרנס זין‪ ,‬די כֹּהנים‪ ,‬זאָלן בלאָזן אין די‬
‫טרומײטן; און דאָס זאָל א ַײך ז ַײן פֿאַר אַן אײביקן געזעץ אױף‬
‫א ַײערע ָדור‪-‬דורות‪ 9 .‬און אַז איר װעט גײן אױף מלחמה אין א ַײער‬
‫לאַנד אַקעגן דעם שׂוֹנא װאָס דריקט א ַײך‪ ,‬זאָלט איר שאַלן אין די‬
‫טרומײטן‪ ,‬און איר װעט דערמאָנט װערן פֿאַר יהוה א ַײער גאָט‪ ,‬און‬
‫װעט געהאָלפֿן װערן פֿון א ַײערע פֿ ַײנט‪ 10 .‬און אין א ַײער טאָג פֿון‬
‫שׂמחה‪ ,‬און אין א ַײערע ָיום‪-‬טוֹבֿים‪ ,‬און אין א ַײערע רֹאש‪-‬חוֹדשן‪,‬‬
‫זאָלט איר בלאָזן אין די טרומײטן אױף א ַײערע בראַנדאָפּפֿער און‬
‫אױף א ַײערע פֿרידאָפּפֿער; און זײ װעלן א ַײך ז ַײן צו אַ דערמאָנונג‬

                            ‫פֿאַר א ַײער גאָט; איך בין יהוה א ַײער גאָט‪.‬‬

‫‪ 11‬און עס איז געװען אין צװײטן יאָר‪ ,‬אין צװײטן חוֹדש‪ ,‬אין‬
‫צװאַנציקסטן טאָג פֿון חוֹדש‪ ,‬האָט זיך אױפֿגעהױבן דער װאָלקן פֿון‬
‫איבערן ִמשכּן פֿון געזעץ‪ 12 .‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געצױגן‬
‫אױף זײערע צ ִיונגען פֿון מדבר סיַני; און דער װאָלקן האָט גערוט אין‬
‫מדבר פּאָ ָרן‪ 13 .‬אַזױ האָבן זײ געצױגן צום ערשטן מאָל לױט דעם‬
‫מױל פֿון גאָט דורך משהן‪ 14 .‬און צוערשט האָט געצױגן די פֿאָן פֿון‬
‫דעם לאַגער פֿון די קינדער פֿון יהודה‪ ,‬לױט זײערע מחנות; און‬
‫איבער ז ַײן מחנה איז געװען ַנחשוֹן דער זון פֿון ַעמיָנ ָדבֿן‪ 15 .‬און‬
‫איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון ִישׂ ָשׂ ָכר‪ ,‬נ ַתנ ֵאל‬
‫דער זון פֿון צוֹ ַערן‪ 16 .‬און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די‬
‫קינדער פֿון זבֿולון‪ֶ ,‬אליאָבֿ דער זון פֿון חלונען‪ 17 .‬און אַז דער ִמשכּן‬
‫איז פֿאַנאַנדערגענומען געװאָרן‪ ,‬האָבן געצױגן די קינדער פֿון ֵגרשוֹן‪,‬‬
‫און די קינדער פֿון מ ָררי‪ ,‬די טרעגער פֿון דעם ִמשכּן‪ 18 .‬און עס האָט‬
‫געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון ראובֿן‪ ,‬לױט זײערע מחנות; און‬
‫איבער ז ַײן מחנה איז געװען ֶאליצור דער זון פֿון ש ֵדיאורן‪ 19 ,‬און‬
‫איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון‪ ,‬שלומי ֵאל‬
‫דער זון פֿון צורי ַש ָדין‪ 20 .‬און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די‬
‫קינדער פֿון ָגד‪ֶ ,‬אלָי ָסף דער זון פֿון ְדעו ֵאלן‪ 21 .‬און עס האָבן געצױגן‬
‫די ק ָהתים‪ ,‬די טרעגער פֿון די הײליקע זאַכן; און מע האָט‬
   24   25   26   27   28   29   30   31   32   33   34