Page 26 - Bamidber
P. 26

‫במדבר‬

‫עפֿנט דעם טראַכט‪ ,‬איטלעכן ב ָכור פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬האָב‬
‫איך זײ גענומען פֿאַר מיר‪ 17 .‬װאָרום צו מיר געהערט איטלעכער‬
‫ב ָכור צװישן די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬פֿון אַ מענטשן אָדער פֿון אַ‬
‫בהמה; אין דעם טאָג װאָס איך האָב דערשלאָגן אַלע בכוֹרים אין‬
‫לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬האָב איך זײ געהײליקט צו מיר‪ 18 .‬און איך האָב‬
‫גענומען די ל ִו ִיים אָנשטאָט אַלע בכוֹרים צװישן די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל‪ 19 .‬און איך האָב געגעבן די ל ִוִיים אָפּגעגעבענע צו אַהרֹנען‬
‫און צו ז ַײנע קינדער פֿון צװישן די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬צו דינען דעם‬
‫דינסט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל אין אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬און מכפּר צו ז ַײן‬
‫אױף די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬כּדי עס זאָל ניט ז ַײן צװישן די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל אַ פּלאָג‪ ,‬אַז די קינדער פֿון ישׂראל װעלן גענענען צום‬

                                                            ‫הײליקטום‪.‬‬

‫‪ 20‬און משה און אַהרן און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‬
‫האָבן אַזױ געטאָן צו די ל ִוִיים; אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט באַפֿױלן‬
‫משהן װעגן די ל ִוִיים‪ ,‬אַזױ האָבן די קינדער פֿון ישׂראל צו זײ געטאָן‪.‬‬
‫‪ 21‬און די ל ִוִיים האָבן זיך גערײניקט‪ ,‬און האָבן געװאַשן זײערע‬
‫קלײדער; און אַהרן האָט זײ אױפֿגעהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט‪,‬‬
‫און אַהרן האָט מכפּר געװען אױף זײ‪ ,‬כּדי זײ צו רײניקן‪ 22 .‬און‬
‫דערנאָך ז ַײנען געקומען די ל ִו ִיים צו דינען זײער דינסט אין אוֹהל‪-‬‬
‫מוֹעד‪ ,‬אונטער אַהרֹנען און אונטער ז ַײנע זין; אַזױ װי גאָט האָט‬

           ‫באַפֿױלן משהן װעגן די ל ִו ִיים‪ ,‬אַזױ האָבן זײ צו זײ געטאָן‪.‬‬

‫‪ 23‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 24 :‬דאָס איז װעגן‬
‫די ל ִוִיים‪ :‬פֿון פֿינף און צװאַנציק יאָר אַלט און העכער זאָל ער קומען‬
‫צו דינען דעם דינסט ב ַײ דער אַרבעט פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ 25 .‬און נאָך‬
‫פֿופֿציק יאָר אַלט זאָל ער זיך אומקערן פֿון דעם אַרבעטדינסט‪ ,‬און‬
‫מער ניט דינען‪ 26 .‬נאָר ער זאָל אונטערהעלפֿן ז ַײנע ברידער אין‬
‫אוֹהל‪-‬מוֹעד צו היטן די היטונג‪ ,‬אָבער קײן דינסט זאָל ער מער ניט‬

          ‫דינען‪ .‬אַזױ זאָלסטו טאָן מיט די ל ִו ִיים אין זײערע היטונגען‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן אין מדבר סיַני‪ ,‬אין צװײטן‬

‫יאָר נאָך זײער אַרױסגײן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬אין ערשטן חוֹדש‪,‬ט‬

‫אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן מאַכן דעם ָקרבן‪-‬פּסח אין‬
   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31