Page 25 - Bamidber
P. 25

‫במדבר‬

               ‫ב ַה ֲעלוֹ ְתֳך‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬רעד צו‬

‫אַהרֹנען און זאָלסט זאָגן צו אים‪ :‬אַז דו צינדסט אָן די ליכטח‬

‫זאָלן די זיבן רערלעך ל ַײכטן פֿאָרנט צו פֿון דער מנוֹרה‪ 3 .‬און אַהרן‬
‫האָט אַזױ געטאָן‪ :‬ער האָט אָנגעצונדן די רערלעך פֿאָרנט צו פֿון דער‬

                             ‫מנוֹרה‪ ,‬אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן‪.‬‬

‫‪ 4‬און אַזױ איז געװען די אַרבעט פֿון דער מנוֹרה‪ :‬געהאַמערט פֿון‬
‫גאָלד; ביז אױף איר פֿוסגעשטעל‪ ,‬ביז אױף אירע בלומען‪ ,‬איז זי‬
‫געװען געהאַמערט; אַזױ װי די זעונג װאָס גאָט האָט באַװיזן משהן‪,‬‬

                                      ‫אַזױ האָט ער געמאַכט די מנוֹרה‪.‬‬

‫‪ 5‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 6 :‬נעם די ל ִוִיים פֿון‬
‫צװישן די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און זאָלסט זײ רײניקן‪ 7 .‬און אַזױ‬
‫זאָלסטו טאָן צו זײ‪ ,‬זײ צו רײניקן‪ :‬שפּריץ אױף זײ װאַסער פֿון‬
‫רײניקונג‪ ,‬און זײ זאָלן אַריבערפֿירן אַ גאָלמעסער איבער זײער גאַנצן‬
‫ל ַײב‪ ,‬און װאַשן זײערע קלײדער‪ ,‬און זיך רײניקן‪ 8 .‬און זײ זאָלן‬
‫נעמען אַ יונגען אָקס‪ ,‬און דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער דערצו פֿון זעמלמעל‬
‫פֿאַרמישט מיט אײל; און אַ צװײטן יונגן אָקס זאָלסטו נעמען פֿאַר אַ‬
‫זינדאָפּפֿער‪ 9 .‬און זאָלסט מאַכן גענענען די ל ִוִיים פֿאַרן אוֹהל‪-‬מוֹעד;‬
‫און זאָלסט א ַײנזאַמלען די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪10 .‬‬
‫און זאָלסט מאַכן גענענען די ל ִו ִיים פֿאַר גאָט‪ ,‬און די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױף די ל ִוִיים‪ 11 .‬און אַהרן זאָל‬
‫אױפֿהײבן די ל ִו ִיים אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט פֿון די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל‪ ,‬כּדי זײ זאָלן ז ַײן אױף צו דינען דעם דינסט פֿון גאָט‪ 12 .‬און‬
‫די ל ִו ִיים זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון די אָקסן; און‬
‫מאַך אײנעם אַ זינדאָפּפֿער און אײנעם אַ בראַנדאָפּפֿער צו גאָט‪,‬‬
‫מכפּר צו ז ַײן אױף די ל ִוִיים‪ 13 .‬און זאָלסט שטעלן די ל ִו ִיים פֿאַר‬
‫אַהרֹנען און פֿאַר ז ַײנע זין‪ ,‬און זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג צו גאָט‪.‬‬
‫‪ 14‬און זאָלסט אָפּשײדן די ל ִו ִיים פֿון צװישן די קינדער פֿון ישׂראל‪,‬‬
‫און די ל ִו ִיים זאָלן געהערן צו מיר‪ 15 .‬און דערנאָך זאָלן קומען די‬
‫ל ִו ִיים צו באַדינען דעם אוֹהל‪-‬מוֹעד; און זאָלסט זײ רײניקן‪ ,‬און זײ‬
‫אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג‪ 16 .‬װאָרום אָפּגעגעבן ז ַײנען זײ אָפּגעגעבן‬
‫צו מיר פֿון צװישן די קינדער פֿון ישׂראל; אָנשטאָט איטלעכן װאָס‬
   20   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30