Page 23 - Bamidber
P. 23

‫במדבר‬

‫יונגער אָקס‪ ,‬אײן װידער‪ ,‬אײן שעפּס אַ יאָריקער‪ ,‬פֿאַר אַ‬
‫בראַנדאָפּפֿער; ‪ 58‬אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; ‪ 59‬און פֿאַר אַ‬
‫פֿרידאָפּפֿער‪ ,‬צװײ רינדער‪ ,‬פֿינף װידערס‪ ,‬פֿינף בעק‪ ,‬פֿינף שעפּסן‬

       ‫יאָריקע‪ .‬דאָס איז דער קרבן פֿון ַגמלי ֵאל דעם זון פֿון פּ ָדהצורן‪.‬‬

‫‪ 60‬אױפֿן נ ַײנטן טאָג‪ ,‬דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון בנימין‪ ,‬אַבֿי ָדן‬
‫דער זון פֿון ִגדעוֹנין‪ 61 .‬ז ַײן קרבן איז געװען‪ :‬אײן זילבערנע שיסל‬
‫װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דר ַײסיק ֶשקל‪ ,‬אײן‬
‫זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק ֶשקל‪ ,‬אױפֿן הײליקן ֶשקל;‬
‫בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬פֿאַר אַ שפּ ַײזאָפּפֿער;‬
‫‪ 62‬אײן גילדערנע שאָל פֿון צען ֶשקל‪ ,‬פֿול מיט װ ַײרױך; ‪ 63‬אײן‬
‫יונגער אָקס‪ ,‬אײן װידער‪ ,‬אײן שעפּס אַ יאָריקער‪ ,‬פֿאַר אַ‬
‫בראַנדאָפּפֿער; ‪ 64‬אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; ‪ 65‬און פֿאַר אַ‬
‫פֿרידאָפּפֿער‪ ,‬צװײ רינדער‪ ,‬פֿינף װידערס‪ ,‬פֿינף בעק‪ ,‬פֿינף שעפּסן‬

          ‫יאָריקע‪ .‬דאָס איז דער קרבן פֿון אַבֿי ָדן דעם זון פֿון ִגדעוֹנין‪.‬‬

‫‪ 66‬אױפֿן צענטן טאָג‪ ,‬דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון ָדן‪ ,‬אַחיעזר דער‬
‫זון פֿון ַעמי ַש ָדין‪ 67 .‬ז ַײן קרבן איז געװען‪ :‬אײן זילבערנע שיסל װאָס‬
‫איר װאָג איז געװען הונדערט און דר ַײסיק ֶשקל‪ ,‬אײן זילבערנער‬
‫שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק ֶשקל‪ ,‬אױפֿן הײליקן ֶשקל; בײדע פֿול מיט‬
‫זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬פֿאַר אַ שפּ ַײזאָפּפֿער; ‪ 68‬אײן‬
‫גילדערנע שאָל פֿון צען ֶשקל‪ ,‬פֿול מיט װ ַײרױך; ‪ 69‬אײן יונגער אָקס‪,‬‬
‫אײן װידער‪ ,‬אײן שעפּס אַ יאָריקער‪ ,‬פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; ‪ 70‬אײן‬
‫ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; ‪ 71‬און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער‪ ,‬צװײ‬
‫רינדער‪ ,‬פֿינף װידערס‪ ,‬פֿינף בעק‪ ,‬פֿינף שעפּסן יאָריקע‪ .‬דאָס איז דער‬

                               ‫קרבן פֿון אַחיעזר דעם זון פֿון ַעמי ַש ָדין‪.‬‬

‫‪ 72‬אױפֿן עלפֿטן טאָג‪ ,‬דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אָשר‪ ,‬פּג ִעי ֵאל‬
‫דער זון פֿון ָעכ ָרנען‪ 73 .‬ז ַײן קרבן איז געװען‪ :‬אײן זילבערנע שיסל‬
‫װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דר ַײסיק ֶשקל‪ ,‬אײן‬
‫זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק ֶשקל‪ ,‬אױפֿן הײליקן ֶשקל;‬
‫בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬פֿאַר אַ שפּ ַײזאָפּפֿער;‬
‫‪ 74‬אײן גילדערנע שאָל פֿון צען ֶשקל‪ ,‬פֿול מיט װ ַײרױך; אײן יונגער‬
‫אָקס‪ ,‬אײן װידער‪ ,‬אײן שעפּס אַ יאָריקער‪ ,‬פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; ‪76‬‬
‫אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; ‪ 77‬און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער‪ ,‬צװײ‬
   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28