Page 19 - Bamidber
P. 19

‫במדבר‬

‫זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬און אומגעז ַײערטע קוכנס באַשמירט‬
‫מיט אײל‪ ,‬און זײער שפּ ַײזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער‪ 16 .‬און דער‬
‫כֹּהן זאָל עס גענענען פֿאַר גאָט‪ ,‬און מאַכן ז ַײן זינדאָפּפֿער און ז ַײן‬
‫בראַנדאָפּפֿער‪ 17 .‬און דעם װידער זאָל ער מאַכן אַ פֿרידאָפּפֿער צו‬
‫גאָט‪ ,‬מיט דעם קאָרב אומגעז ַײערטן ברױט; און דער כֹּהן זאָל מאַכן‬
‫ז ַײן שפּ ַײזאָפּפֿער און ז ַײן גיסאָפּפֿער‪ 18 .‬און דער נזיר זאָל אָפּגאָלן‬
‫ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד ז ַײן נזיר‪-‬קאָפּ‪ ,‬און נעמען די האָר פֿון‬
‫ז ַײן נזיר‪-‬קאָפּ‪ ,‬און אַרױפֿטאָן אױף דעם פֿ ַײער װאָס אונטערן‬
‫פֿרידאָפּפֿער‪ 19 .‬און דער כֹּהן זאָל נעמען די שולטער‪ ,‬אַ געקאָכטע‪,‬‬
‫פֿון דעם װידער‪ ,‬און אײן אומגעז ַײערטע חלה פֿון דעם קאָרב‪ ,‬און‬
‫אײן אומגעז ַײערטן קוכן‪ ,‬און אַרױפֿטאָן אױף דעם נזירס הענט‪ ,‬נאָך‬
‫דעם װי ער האָט זיך אָפּגעגאָלט ז ַײנע נזיר‪-‬האָר‪ 20 .‬און דער כֹּהן זאָל‬
‫זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט; דאָס איז הײליק צום כֹּהן‪,‬‬
‫מיט דער ברוסט פֿון אױפֿהײבונג‪ ,‬און מיט דעם שענקל פֿון‬

                 ‫אָפּשײדונג‪ .‬און דערנאָך מעג דער נזיר טרינקען װ ַײן‪.‬‬

‫‪ 21‬דאָס איז דער דין פֿון דעם נזיר װאָס טוט אַ נדר‪ ,‬װעגן ז ַײן קרבן‬
‫צו גאָט פֿאַר ז ַײן נזירשאַפֿט‪ ,‬אַחוץ װאָס ז ַײן האַנט פֿאַרמאָגט נאָך‬
‫צוצוגעבן ; אַזױ װי ז ַײן נדר װאָס ער װעט אַ נדר טאָן‪ ,‬אַזױ מוז ער‬

                                ‫טאָן‪ ,‬לױט דעם דין פֿון ז ַײן נזירשאַפֿט‪.‬‬

‫‪ 22‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 23:‬רעד צו אַהרֹנען‬
‫און צו ז ַײנע זין‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַזױ זאָלט איר בענטשן די קינדער פֿון‬

                                                   ‫ישׂראל; זאָגט צו זײ‪:‬‬

                                              ‫‪ 24‬גאָט זאָל דיך בענטשן‪,‬‬
                                                          ‫און דיך היטן!‬

                              ‫‪ 25‬גאָט זאָל דערל ַײכטן ז ַײן פּנים צו דיר‪,‬‬
                                                   ‫און דיך ל ַײטזעליקן!‬

                              ‫‪ 26‬גאָט זאָל אױפֿהײבן ז ַײן פּנים צו דיר‪,‬‬
                                               ‫און דיר באַשערן שלום!‬

‫‪ 27‬און זײ זאָלן אַרױפֿטאָן מ ַײן נאָמען אױף די קינדער פֿון ישׂראל‪,‬‬
                                              ‫און איך װעל זײ בענטשן‪.‬‬
   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24