Page 18 - Bamidber
P. 18

‫במדבר‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬רעד צו די‬

        ‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און זאָלסט זאָגן צו זײ‪:‬ו‬

‫אַז אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ װעט קלאָר אַ נדר טאָן דעם נדר פֿון אַ נזיר‪,‬‬
‫זיך אָפּצושײדן צו גאָט‪ 3 ,‬זאָל ער פֿון װ ַײן און שטאַרקן געטראַנק זיך‬
‫אָפּהאַלטן; עסיק פֿון װ ַײן און עסיק פֿון שטאַרקן געטראַנק זאָל ער‬
‫ניט טרינקען‪ ,‬און קײן זאַפֿט פֿון טרױבן זאָל ער ניט טרינקען; און‬
‫טרױבן פֿרישע אָדער געטריקנטע זאָל ער ניט עסן‪ 4 .‬אַלע טעג פֿון‬
‫ז ַײן נזירשאַפֿט זאָל ער פֿון אַלץ װאָס װערט געמאַכט פֿון װ ַײנשטאָק‪,‬‬
‫פֿון קערנדלעך ביז אַ שאָלעכץ ניט עסן‪ 5 .‬אַלע טעג פֿון ז ַײן נדר פֿון‬
‫נזירשאַפֿט זאָל אַ גאָלמעסער ניט אַריבערגײן איבער ז ַײן קאָפּ; ביז‬
‫עס װערן פֿול די טעג װאָס ער װעט זיך אָפּשײדן צו גאָט‪ ,‬זאָל ער ז ַײן‬
‫הײליק‪ :‬לאָזן װאַקסן װילד די האָר פֿון ז ַײן קאָפּ‪ 6 .‬אַלע טעג װאָס ער‬
‫שײדט זיך אָפּ צו גאָט‪ ,‬זאָל ער צו דעם ל ַײב פֿון אַ טױטן ניט צוגײן‪7 .‬‬
‫אָן ז ַײן פֿאָטער און אָן ז ַײן מוטער‪ ,‬אָן ז ַײן ברודער און אָן ז ַײן‬
‫שװעסטער‪ ,‬אַפֿילו אָן זײ זאָל ער זיך ניט פֿאַראומרײניקן‪ ,‬אַז זײ‬
‫שטאַרבן‪ ,‬װאָרום די נזירשאַפֿט פֿון ז ַײן גאָט איז אױף ז ַײן קאָפּ‪8 .‬‬
‫אַלע טעג פֿון ז ַײן נזירשאַפֿט איז ער הײליק צו גאָט‪ 9 .‬און אַז‬
‫עמיצער װעט שטאַרבן לעבן אים פּלוצלינג אומגעריכט‪ ,‬און װעט‬
‫פֿאַראומרײניקן ז ַײן נזיר‪-‬קאָפּ‪ ,‬זאָל ער אָפּגאָלן ז ַײן קאָפּ אין דעם‬
‫טאָג װאָס ער װערט רײן‪ :‬אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל ער אים אָפּגאָלן‪10 .‬‬
‫און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל ער ברענגען צװײ טורטלטױבן‪ ,‬אָדער צװײ‬
‫יונגע טױבן‪ ,‬צום כֹּהן‪ ,‬צום א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ 11 .‬און דער כֹּהן‬
‫זאָל מאַכן אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער‪ ,‬און אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער‪,‬‬
‫און מכפּר ז ַײן אױף אים פֿאַר װאָס ער האָט געזינדיקט אָן דעם‬
‫טױטן; און ער זאָל הײליקן ז ַײן קאָפּ אין יענעם טאָג‪ 12 .‬און ער זאָל‬
‫זיך אָפּשײדן צו גאָט די טעג פֿון ז ַײן נזיר‪-‬שאַפֿט‪ ,‬און ברענגען אַ‬
‫יאָריקן שעפּס פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער‪ ,‬און די פֿריערדיקע טעג זאָלן‬

        ‫אָפּפֿאַלן‪ ,‬װאָרום ז ַײן נזירשאַפֿט איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן‪.‬‬

‫‪ 13‬און דאָס איז דער דין פֿון אַ נזיר‪ :‬אין דעם טאָג װאָס די טעג פֿון‬
‫ז ַײן נזירשאַפֿט װערן פֿול‪ ,‬זאָל מען אים ברענגען צום א ַײנגאַנג פֿון‬
‫אוֹהל‪-‬מוֹעד; ‪ 14‬און ער זאָל גענענען ז ַײן קרבן צו גאָט‪ ,‬אײן שעפּס אַ‬
‫יאָריקן אָן אַ פֿעלער פֿאַר א בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬און אײן שאָף אַ יאָריקע‬
‫אָן אַ פֿעלער פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער‪ ,‬און אײן װידער אָן אַ פֿעלער פֿאַר אַ‬
‫פֿרידאָפּפֿער‪ 15 ,‬און אַ קאָרב אומגעז ַײערטן ברױט‪ ,‬חלות פֿון‬
   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23