Page 15 - Bamidber
P. 15
במדבר
46אַלע געצײלטע װאָס משה און אַהרן און די פֿירשטן פֿון ישׂראל
האָבן געצײלט פֿון די ל ִו ִיים לױט זײערע משפּחות ,און לױט זײערע
פֿאָטערה ַײזער 47 ,פֿון דר ַײסיק יאָר אַלט און העכער ,און ביז פֿופֿציק
יאָר אַלט ,איטלעכער װאָס איז געקומען דינען דעם דינסט פֿון
אַרבעט ,און דעם דיסנט פֿון טראָגן ,אין אוֹהל-מוֹעד 48 .זײערע
געצײלטע ז ַײנען געװען אַכט טױזנט און פֿינף הונדערט און אַכציק.
49לױט דעם מױל פֿון גאָט דורך משהן האָט מען זײ געשטעלט
יעטװעדער מאַן אױף ז ַײן דינסט און אױף ז ַײן משׂא .אַזױ איז געװען
זײער צײלונג װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן.
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2:באַפֿעל די
קינדער פֿון ישׂראל ,זײ זאָלן אַרױסשיקן פֿון לאַגער איטלעכןה
מצורע ,און איטלעכן פֿלוסיקן ,און איטלעכן װאָס איז אומרײן פֿון
אַ טױטן ל ַײב 3 .ס ַײ אַ זכר ס ַײ אַ נקבֿה זאָלט איר אַרױסשיקן ,אױסן
לאַגער זאָלט איר זײ אַרױסשיקן ,כּדי זײ זאָלן ניט פֿאַראומרײניקן
זײערע לאַגערן װאָס איך רו צװישן זײ.
4האָבן די קינדער פֿון ישׂראל אַזױ געטאָן ,און זײ האָבן זײ
אַרױסגעשיקט אױסן לאַגער; אַזױ װי גאָט האָט גערעדט צו משהן,
אַזױ האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געטאָן.
5און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 6 :רעד צו די
קינדער פֿון ישׂראל:
אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ ,אַז זײ װעלן באַגײן עפּעס אַ מענטשלעכע זינד,
צו פֿעלשן אַ פֿעלשונג אָן גאָט ,און יענע זעל װעט זיך פֿאַרשולדיקן,
7זאָלן זײ זיך מתװדה ז ַײן אױף זײערע זינד װאָס זײ האָבן באַגאַנגען;
און ער זאָל אומקערן דעם קרן פֿון ז ַײן פֿאַרשולדיקונג ,און צאָלײגן
דערצו אַ פֿינפֿטל דערפֿון ,און אָפּגעבן צו דעם קעגן װעמען ער האָט
זיך פֿאַרשולדיקט 8 .און אַז דער מאַן האָט ניט קײן קרובֿ ,װעמען
אומצוקערן דאָס פֿאַרשולדיקטע ,זאָל דאָס פֿאַרשולדיקטע װאָס
דאַרף אומגעקערט װערן ,געהערן צו גאָט ,צום כֹּהן; אַחוץ דעם
װידער פֿון פֿאַרגעבונג ,װאָס דערמיט זאָל מען מכפּר ז ַײן אױף אים.