Page 12 - Bamidber
P. 12

‫במדבר‬

‫אױבֿן אַ טוך פֿון לױטער בלאָער װאָל‪ ,‬און אַר ַײנטאָן ז ַײנע שטאַנגען‪.‬‬
‫‪ 7‬און אױף דעם טיש פֿון אָנגעזיכט זאָלן זײ פֿאַרשפּרײטן אַ טוך פֿון‬
‫בלאָער װאָל‪ ,‬און אַרױפֿטאָן דערױף די שיסלען‪ ,‬און די שאָלן‪ ,‬און די‬
‫קאַנען‪ ,‬און די בעכערס פֿאַר גיסונג; און דאָס שטענדיקע ברױט זאָל‬
‫בל ַײבן דערױף‪ 8 .‬און זײ זאָלן פֿאַרשפּרײטן אױף זײ אַ טוך פֿון‬
‫װערמילרױט‪ ,‬און דאָס אַריבערדעקן מיט אַ צודעק פֿון ַתּחש‪-‬פֿעל‪,‬‬
‫און אַר ַײנטאָן ז ַײנע שטאַנגען‪ 9 .‬און זײ זאָלן נעמען אַ טוך פֿון‬
‫בלאָער װאָל‪ ,‬און אַריבערדעקן די מנוֹרה פֿאַר ל ַײכטונג‪ ,‬און אירע‬
‫רערלעך‪ ,‬און אירע צװענגלעך‪ ,‬און אירע אַשפֿענדלעך‪ ,‬און אַלע אירע‬
‫אײלגעפֿעסן װאָס מע באַדינט זי מיט זײ‪ 10 .‬און זײ זאָלן אַר ַײנטאָן זי‬
‫און אַלע אירע כּלים אין אַ צודעק פֿון ַתּחש‪-‬פֿעל‪ ,‬און אַרױפֿטאָן אױף‬
‫אַ שטאַנג‪ 11 .‬און אױף דעם גילדערנעם מזבח זאָלן זײ פֿאַרשפּרײטן‬
‫אַ טוך פֿון בלאָער װאָל‪ ,‬און אים אַריבערדעקן מיט אַ צודעק פֿון‬
‫ַתּחש‪-‬פֿעל‪ ,‬און אַר ַײנטאָן ז ַײנע שטאַנגען‪ 12 .‬און זײ זאָלן נעמען אַלע‬
‫כּלים פֿון דינסט װאָס מע דינט מיט זײ אין הײליקטום‪ ,‬און זײ‬
‫אַר ַײנטאָן אין אַ טוך פֿון בלאָער װאָל‪ ,‬און זײ אַריבערדעקן מיט אַ‬
‫צודעק פֿון ַתּחש‪-‬פֿעל‪ ,‬און אַרױפֿטאָן אױף אַ שטאַנג‪ 13 .‬און זײ זאָלן‬
‫אָפּרײניקן די אַש פֿון מזבח‪ ,‬און פֿאַרשפּר ַײטן אױף אים אַ טוך פֿון‬
‫פּורפּל‪ 14 .‬און זײ זאָלן אַרױפֿטאָן אױף אים אַלע ז ַײנע כּלים װאָס מע‬
‫דינט מיט זײ אױף אים‪ ,‬די פֿ ַײערפֿאַנען‪ ,‬די גאָפּלען‪ ,‬און די שופֿלען‪,‬‬
‫און די שפּרענגבעקנס – אַלע כּלים פֿון מזבח; און זײ זאָלן‬
‫אַריבערשפּרײטן אױף אים אַ צודעק פֿון ַתּחש‪-‬פֿעל‪ ,‬און אַר ַײנטאָן‬
‫ז ַײנע שטאַנגען‪ 15 .‬און אַז אַהרן און ז ַײנע זין האָבן געענדיקט‬
‫צודעקן דאָס הײליקע‪ ,‬און אַלע הײליקע כּלים‪ ,‬ב ַײם צִיען פֿון לאַגער‪,‬‬
‫זאָלן דערנאָך קומען די קינדער פֿון ק ָהת‪ ,‬זײ צו טראָגן; אָבער זײ‬
‫זאָלן זיך ניט אָנרירן אָן דעם הײליקן‪ ,‬װאָרום זײ װעלן שטאַרבן‪ .‬דאָס‬
‫איז װאָס די קינדער פֿון ק ָהת דאַרפֿן טראָגן פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ 16 .‬און‬
‫די אױפֿזעונג פֿון ֶאל ָעָזר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן זאָל ז ַײן איבער‬
‫דעם אײל פֿאַר ל ַײכטונג‪ ,‬און דעם װ ַײרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן‪,‬‬
‫און דעם שטענדיקן שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬און דעם אײל פֿון זאַלבונג; די‬
‫אױפֿזעונג איבער דעם גאַנצן ִמשכּן מיט אַלץ װאָס אין אים‪ ,‬ס ַײ דאָס‬

                                       ‫הײליקטום‪ ,‬און ס ַײ ז ַײנע כּלים‪.‬‬

‫‪ 17‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪18 :‬‬
‫איר זאָלט ניט לאָזן פֿאַרשניטן װערן דעם שבֿט פֿון די משפּחות פֿון‬
‫די ק ָהתים‪ ,‬פֿון צװישן די ל ִוִיים; ‪ 19‬נ ַײערט אַזױ טוט מיט זײ‪ ,‬כּדי זײ‬
   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16   17