Page 8 - Bamidber
P. 8

‫במדבר‬

‫‪ 34‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט‬
‫האָט באַפֿױלן משהן; אַזױ האָבן זײ גערוט לױט זײערע פֿאָנעס‪ ,‬און‬
‫אַזױ האָבן זײ געצױגן‪ ,‬איטלעכער לױט ז ַײנע משפּחות‪ ,‬ב ַײ ז ַײן‬

                                                            ‫פֿאָטערהױז‪.‬‬

‫‪ 1‬און דאָס ז ַײנען די געבורטן פֿון אַהרֹנען און פֿון משהן‪ ,‬װען‬

‫גאָט האָט גערעדט מיט משהן אױפֿן באַרג סיַני‪ 2 .‬און דאָסג‬

‫ז ַײנען די נעמען פֿון אַהרנס זין‪ :‬דער ב ָכור ָנ ָדבֿ‪ ,‬און אַבֿיהוא‪ֶ ,‬אל ָעָזר‪,‬‬
‫און אי ָת ָמר‪ 3 .‬דאָס ז ַײנען די נעמען פֿון אַהרנס זין‪ ,‬די געזאַלבטע‬
‫כֹּהנים װאָס מע האָט דערפֿילט זײער האַנט צו טאָן די כּהונה‪ 4 .‬און‬
‫ָנ ָדבֿ און אַבֿיהוא ז ַײנען געשטאָרבן פֿאַר גאָט װען זײ האָבן געבראַכט‬
‫פֿרעמד פֿ ַײער פֿאַר גאָט‪ ,‬אין מדבר סיַני‪ ,‬און קײן קינדער האָבן זײ‬
‫ניט געהאַט; און ֶאל ָעָזר און אי ָת ָמר ז ַײנען געװאָרן כֹּהנים לעבן זײער‬

                                                       ‫פֿאָטער אַהרֹנען‪.‬‬

‫‪ 5‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 6 :‬מאַך גענענען‬
‫דעם שבֿט ֵל ִוי‪ ,‬און זאָלסט אים שטעלן פֿאַר אַהרן דעם כֹּהן‪ ,‬און זײ‬
‫זאָלן אים באַדינען‪ 7 .‬און זײ זאָלן היטן ז ַײן היטונג און די היטונג פֿון‬
‫דער גאַנצער עדה פֿאַרן אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬צו דינען דעם דינסט פֿון ִמשכּן‪.‬‬
‫‪ 8‬און זײ זאָלן היטן אַלע כּלים פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬און די היטונג פֿון די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬צו דינען דעם דינסט פֿון ִמשכּן‪ 9 .‬זאָלסט געבן‬
‫די ל ִו ִיים צו אַהרֹנען און צו ז ַײנע זין; אָפּגעגעבן ז ַײנען זײ אָפּגעגעבן‬
‫צו אים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ 10 .‬און אַהרֹנען און ז ַײנע זין‬
‫זאָלסטו באַפֿעלן‪ ,‬זײ זאָלן היטן זײער כּהונה‪ ,‬און דער פֿרעמדער‬

                                       ‫װאָס גענענט זאָל געטײט װערן‪.‬‬

‫‪ 11‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 12 :‬און איך‪ ,‬זע‪,‬‬
‫האָב גענומען די ל ִוִיים פֿון צװישן די קינדער פֿון ישׂראל אָנשטאָט‬
‫איטלעכן ב ָכור װאָס עפֿנט דעם טראַכט צװישן די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל; און די ל ִוִיים זאָלן געהערן צו מיר‪ 13 .‬װ ָאָרום צו מיר‬
‫געהערט איטלעכער ב ָכור; אין דעם טאָג װאָס איך האָב דערשלאָגן‬
‫איטלעכן ב ָכור אין לאַנד ִמצ ַר ִים האָב איך געהײליקט צו מיר‬
‫איטלעכן ב ָכור אין ישׂראל‪ ,‬פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה‪ .‬צו מיר זאָלן‬

                                             ‫זײ געהערן‪ :‬איך בין יהוה‪.‬‬
   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13