Page 3 - Bamidber
P. 3

‫במדבר‬

‫‪ 16‬די דאָזיקע ז ַײנען געװען גערופֿענע פֿון דער עדה‪ ,‬פֿירשטן פֿון‬
‫זײערע פֿאָטערשטאַמען; די הױפּטל ַײט פֿון די טױזנטן פֿון ישׂראל‬
‫ז ַײנען זײ געװען‪ 17 .‬און משה און אַהרן האָבן גענומען די דאָזיקע‬
‫מענער װאָס ז ַײנען אָנגערופֿן מיט די נעמען‪ 18 ,‬און זײ האָבן‬
‫א ַײנגעזאַמלט די גאַנצע עדה אין ערשטן טאָג פֿון צװײטן חוֹדש; און‬
‫זײ האָבן אָנגעגעבן זײער געבורט לױט זײערע משפּחות‪ ,‬לױט זײערע‬
‫פֿאָטערה ַײזער‪ ,‬נאָך דער צאָל פֿון נעמען‪ ,‬פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און‬
‫העכער‪ ,‬לױט זײערע קעפּ‪ 19 .‬אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן‪ ,‬האָט‬

                                        ‫ער זײ געצײלט אין מדבר סיַני‪.‬‬

‫‪ 20‬און די קינדער פֿון ראובֿן‪ ,‬ישׂראלס ב ָכור‪ ,‬זײערע געבורטן לױט‬
‫זײערע משפּחות‪ ,‬לױט זײערע פֿאָטערה ַײזער‪ ,‬נאָך דער צאָל פֿון‬
‫נעמען‪ ,‬לױט זײערע קעפּ‪ ,‬יעטװעדער מאַנספּאַרשױן פֿון צװאַנציק‬
‫יאָר אַלט און העכער‪ ,‬איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – ‪21‬‬
‫זײערע געצײלטע‪ ,‬פֿון שבֿט ראובֿן‪ ,‬ז ַײנען געװען זעקס און פֿערציק‬

                                             ‫טױזנט און פֿינף הונדערט‪.‬‬

‫‪ 22‬פֿון די קינדער פֿון שמעון‪ ,‬זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות‪,‬‬
‫לױט זײערע פֿאָטערה ַײזער‪ ,‬ז ַײנע געצײלטע נאָך דער צאָל פֿון נעמען‪,‬‬
‫לױט זײערע קעפּ‪ ,‬יעטװעדער מאַנספּאַרשױן פֿון צװאַנציק יאָר אַלט‬
‫און העכער‪ ,‬איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – ‪ 23‬זײערע‬
‫געצײלטע‪ ,‬פֿון שבֿט שמעון‪ ,‬נ ַײן און פֿופֿציק טױזנט און דר ַײ‬

                                                              ‫הונדערט‪.‬‬

‫‪ 24‬פֿון די קינדער פֿון ָגד‪ ,‬זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות‪ ,‬לױט‬
‫זײערע פֿאָטערה ַײזער‪ ,‬נאָך דער צאָל פֿון נעמען‪ ,‬פֿון צװאַנציק יאָר‬
‫אַלט און העכער‪ ,‬איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – ‪ 25‬זײערע‬
‫געצײלטע‪ ,‬פֿון שבֿט ָגד‪ ,‬פֿינף און פֿערציק טױזנט און זעקס הונדערט‬

                                                            ‫און פֿופֿציק‪.‬‬

‫‪ 26‬פֿון די קינדער פֿון יהודה‪ ,‬זײערע געבורטן לױט זײערע משפּחות‪,‬‬
‫לױט זײערע פֿאָטערה ַײזער‪ ,‬נאָך דער צאָל פֿון נעמען‪ ,‬פֿון צװאַנציק‬
‫יאָר אַלט און העכער‪ ,‬איטלעכער װאָס גײט אַרױס אין חיל – ‪27‬‬
‫זײערע געצײלטע‪ ,‬פֿון שבֿט יהודה‪ ,‬פֿיר און זיבעציק טױזנט און‬

                                                        ‫זעקס הונדערט‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8