Page 6 - Bamidber
P. 6
במדבר
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען ,אַזױ צו
זאָגן:ב
2איטלעכער ב ַײ ז ַײן פֿאָן ,לױט די צײכנס פֿון זײערע פֿאָטערה ַײזער,
זאָלן לאַגערן די קינדער פֿון ישׂראל; אַקעגנאיבער רונד אַרום דעם
אוֹהל-מוֹעד זאָלן זײ לאַגערן 3 .און די װאָס לאַגערן אין מזרח צו
זונאױפֿגאַנג זאָלן ז ַײן :די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון יהודה לױט זײערע
מחנות ,מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון יהודהַ ,נחשוֹן דעם זון
פֿון ַעמיָנ ָדבֿן 4 ,און ז ַײן חיל – זײערע געצײלטע ,פֿיר און זיבעציק
טױזנט און זעקס הונדערט 5 .און די װאָס לאַגערן לעבן אים :שבֿט
ִישׂ ָשׂ ָכר ,מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון ִישׂש ָכר ,נ ַתנ ֵאל דעם זון
פֿון צוֹ ַערן 6 ,און ז ַײן חיל – ז ַײנע געצײלטע ,פֿיר און פֿופֿציק טױזנט
און פֿיר הונדערט; 7שבֿט זבֿולון ,מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער
פֿון זבֿולוןֶ ,אליאָבֿ דעם זון פֿון ֵחלוֹנען 8 ,און ז ַײן חיל – ז ַײנע
געצײלטע ,זיבן און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט 9 .אַלע
געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון יהודה :הונדערט און אַכציק טױזנט
און זעקס טױזנט און פֿיר הונדערט ,לױט זײערע מחנות .זײ זאָלן
צ ִיען צוערשט.
10די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון ראובֿן זאָל ז ַײן צו ָדרום ,לױט זײערע
מחנות ,מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון ראובֿןֶ ,אליצור דעם זון
פֿון ש ֵדיאורן 11 ,און ז ַײן חיל – ז ַײנע געצײלטע ,זעקס און פֿערציק
טױזנט און פֿינף הונדערט 12 .און די װאָס לאַגערן לעבן אים :שבֿט
שמעון ,מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון שמעון ,שלומי ֵאל דעם
זון פֿון צורי ַש ָדין 13 ,און ז ַײן חיל – זײערע געצײלטע ,נ ַײן און
פֿופֿציק טױזנט און דר ַײ הונדערט; 14און שבֿט ָגד ,מיט דעם פֿירשט
פֿון די קינדער פֿון ָגדֶ ,אלָי ָסף דעם זון פֿון ְרעו ֵאלן 15 ,און ז ַײן חיל –
זײערע געצײלטע ,פֿינף און פֿערציק טױזנט און זעקס הונדערט און
פֿופֿציק.
16אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון ראובֿן ,הונדערט טױזנט און
אײן און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט און פֿופֿציק ,לױט זײערע
מחנות .און זײ זאָלן צִיען די צװײטע.