Page 11 - Bamidber
P. 11
במדבר
42און משה האָט איבערגעצײלט ,אַזױ װי גאָט האָט אים באַפֿױלן,
אַלע בכוֹרים צװישן די קינדער פֿון ישׂראל 43 .און אַלע
ערשטגעבאָרענע מאַנספּאַרשױנען ,לױט דער צאָל פֿון נעמען ,פֿון אַ
חוֹדש אַלט און העכער ,נאָך זײערע געצײלטע ,ז ַײנען געװען צװײ און
צװאַנציק טױזנט און צװײ הונדערט און דר ַײ און זיבעציק.
44און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 45 :נעם די ל ִוִיים
אָנשטאָט אַלע בכוֹרים צװישן די קינדער פֿון ישׂראל ,און די בהמות
פֿון די ל ִו ִיים אָנשטאָט זײערע בהמות ,און די ל ִו ִיים זאָלן געהערן צו
מיר ,גאָט 46 .און צום אױסלײז פֿאַר די צװײ הונדערט און דר ַײ און
זיבעציק פֿון די בכוֹרים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל װאָס קומען אױס
מער פֿון די ל ִוִיים 47 ,זאָלסטו נעמען צו פֿינף ,צו פֿינף ֶשקל פֿון אַ
קאָפּ; אױפֿן הײליקן ֶשקל זאָלסטו עס נעמען ,צװאַנציק ֵג ָרה דער
ֶשקל 48 .און זאָלסט געבן דאָס געלט צו אַהרֹנען און צו ז ַײנע זין:
דעם אױסלײז פֿאַר די װאָס קומען אױס מער צװישן זײ.
49האָט משה גענומען דאָס אױסלײזגעלט פֿון די װאָס ז ַײנען
אױסגעקומען מער װי די װאָס ז ַײנען אױסגעלײזט געװאָרן דורך די
ל ִו ִיים; 50פֿון די בכוֹרים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט ער גענומען
דאָס געלט :טױזנט און דר ַײ הונדערט און פֿינף און זעכציק ,אױפֿן
הײליקן ֶשקל 51 .און משה האָט געגעבן דאָס אױסלײזגעלט צו
אַהרֹנען און צו ז ַײנע זין ,לױט דעם מױל פֿון גאָט ,אַזױ װי גאָט האָט
משהן באַפֿױלן.
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען ,אַזױ צו זאָגן:
2נעם אױף די צאָל פֿון די קינדער פֿון ק ָהת פֿון צװישן דיד
קינדער פֿון ֵל ִוי ,לױט זײערע משפּחות ,לױט זײערע פֿאָטערה ַײזער3 ,
פֿון דר ַײסיק יאָר אַלט און העכער ,און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט,
איטלעכן װאָס גײט אַר ַײן אין דינסט ,צו טאָן אַרבעט אין אוֹהל-
מוֹעד 4 .דאָס איז דער דינסט פֿון די קינדער פֿון ק ָהת אין אוֹהל-מוֹעד
אַרום די הײליקסטע הײליקײטן 5 :אַהרן און ז ַײנע זין זאָלן קומען
ב ַײם צ ִיען פֿון לאַגער ,און זײ זאָלן אַראָפּנעמען דעם פּרוֹ ֶכת פֿון
צװישנשײד ,און צודעקן דערמיט דעם אָרון פֿון געזעץ 6 .און זײ זאָלן
אַרױפֿטאָן דערױף אַ צודעק פֿון ַתּחש-פֿעל ,און אַריבערשפּרײטן פֿון